איך בין דער גרויסער ר' ****

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
באניצער אוואטאר
מושב לצים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

איך בין דער גרויסער ר' ****

שליחה דורך מושב לצים »

איך בין דער גרויסער ר' ****
כ'בין נאריש און אומערפארן
שוין לאנג צוקריגט מיט מיין ברודער
אויך צושלאגן מיט מיין שוואגער
מיט מיין נעפיו כ'טו זיך שלאגן
און מיט מיינע קינדער זיך פלאגן
איך האב גאר ברייטע פלייצעס
כאטש כ'בין גאנץ נידריג
איך האלט פעסט די לייצעס
דער בייטש איז אויך נישט איבריג
כ'קען רעדן אויף אלע רבנים
נאך בעסער ווי אלע דרשנים
איך קעקעץ מיט שווערע קרעכצן
נאך מיין קלוגשאפט יעדער טוט לעכצן
כ'האב צוגעזאגט דעם גאנצן עולם
אז קאראנע וועט נישט שאטן
יעדער וואס גלייבט נישט איז א גולם
מ'האט פיינט מיך און מ'מיינט דעם טאטן
יעדער זאל קומען אויף שמחת תורה
זיך שלאגן שטופן אן קיין מאסקעס
איך האב א גראדע קאנעקשן צום בורא
אויך קען איך טיילן פראסקעס
איך קען פארברענען א קימפעטארן
שוין א מעשה פון לאנגע יארן
איך קען שעלטן און ארויסווארפן
דרך ארץ פאר מיר זיי דארפן
איך בין זייער שיין מסביר
א גאנצע דרשה אין ישיבה
איך בין דאך דער ראש המשביר
מ'קען נישט אפזונדערן פון די סביבה
ווער עס קומט צו מיינע הקפות
געב איך אים מיין הייליגע הבטחות
ער וועט נישט קריגן קיין קדחת
ווילאנג ער לעקט מיין ***
ס'האט טאקע געקאסט מיין ראש הקהל
אבער איך פארשטיי אז פון כלל ישראל
דארפן שטארבן א שיינער צאל
איך בין דער גרעסטער פון יעדן
זאלן מיינע חסידים גיין אין גן עדן
איך בין דער גרויסער ר' ****
עטס קענטס גיין קלאפן בארן

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט