דורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 23, 2020 12:05 pm
פשט אין פסוק איז זייער פשוט, שיינקייט איז נישט קיין value בעצם, אודאי וויל א מענטש זיין שיין, א מענטש וויל אויך זיין זאט און אויסגערוט פשוט ווייל ס'פילט געשמאק, כ'מיין אז מ'קען זיין זאט און צופרידן פארוואס זאל מען דוקא אויסוועלן צו גיין הונגעריג? אז מ'קען זיין שיין פארוואס זאל מען דוקא אויסוועלן צו זיין מיאוס? ס'מיינט אבער נישט אז ס'איז בעצם א value וואס מ'דארף שטרעבן דערפאר און מאכן א גאנצע רעליגיע דערפון און רעיטן מענטשן לויט ווי אויסגערוט אדער שיין זיי זענען. ווי אויך האט נישט קיין פשט צו ווייזן אויף א מענטש "פשיהא, קוק אויף איהם, קוק ווי פלייסיג ער רוקט אריין זיין סטעיק, ממנו ילמדו וכן יעשו!", ער עסט פשוט סטעיק ווייל ער האט עס ליעב, און ס'נישט דא קיין שום ענין איהם נאכצומאכן. אז דו וועסט פילן א געשמאק דערין וועסטו עס טוהן, און אז נישט איז נישט. משא"כ יראת שמים איז בעצם א value צו ס'מאכט דעם מענטש פילן גוט צו נישט, צו דעם דארף מען שטרעבן און מיט דעם קען מען זיך רימען.