שקר החן והבל היופי?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך גרעפיקסער » פרייטאג אקטאבער 23, 2020 10:51 am

כ׳געדענק נישט אין וועלכן ספר האבעך געזען אז מ׳זעט אז די וואס זענען מער vulnerable האט דער בורא זיי באשאפן מיט א ספעציעלן חן בכדי מ׳זאל רחמנות האבן אין קעיר נעמען פון זיי.

די חצוניות׳דיגע שיינקייט ווייזט נישט אויף עפעס בעסער בעצם (פארקערט די שיינקייט איז מצד החסרון שבהם), ווי מ׳זעיט ביי קינדער אז זיי האבן א ספעציעלן חן וואס דאס העלפט אז די עלטערן זאלן זיך גאר גוט אפגעבן מיט זיי אפגעזען ווי שמוציג זיי מאכן זיך און וויפיהל טראבל וכו׳ זיי זאלן נאר טאן...
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך פארווע חסיד » פרייטאג אקטאבער 23, 2020 10:55 am

גרעפיקסער האט געשריבן:כ׳געדענק נישט אין וועלכן ספר האבעך געזען אז מ׳זעט אז די וואס זענען מער vulnerable האט דער בורא זיי באשאפן מיט א ספעציעלן חן בכדי מ׳זאל רחמנות האבן אין קעיר נעמען פון זיי.

כ'מיין איך האב עס געזעהן אין לב אביגדור פון הג"ר אביגדור מילער ז"ל, קען זיין ס'האט א פריערדיגע מקור.
פארווע חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 2:01 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג אקטאבער 23, 2020 11:57 am

פארווע חסיד האט געשריבן:
גרעפיקסער האט געשריבן:כ׳געדענק נישט אין וועלכן ספר האבעך געזען אז מ׳זעט אז די וואס זענען מער vulnerable האט דער בורא זיי באשאפן מיט א ספעציעלן חן בכדי מ׳זאל רחמנות האבן אין קעיר נעמען פון זיי.

כ'מיין איך האב עס געזעהן אין לב אביגדור פון הג"ר אביגדור מילער ז"ל, קען זיין ס'האט א פריערדיגע מקור.


איז עס אמת?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2889
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1502 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 23, 2020 12:05 pm

פשט אין פסוק איז זייער פשוט, שיינקייט איז נישט קיין value בעצם, אודאי וויל א מענטש זיין שיין, א מענטש וויל אויך זיין זאט און אויסגערוט פשוט ווייל ס'פילט געשמאק, כ'מיין אז מ'קען זיין זאט און צופרידן פארוואס זאל מען דוקא אויסוועלן צו גיין הונגעריג? אז מ'קען זיין שיין פארוואס זאל מען דוקא אויסוועלן צו זיין מיאוס? ס'מיינט אבער נישט אז ס'איז בעצם א value וואס מ'דארף שטרעבן דערפאר און מאכן א גאנצע רעליגיע דערפון און רעיטן מענטשן לויט ווי אויסגערוט אדער שיין זיי זענען. ווי אויך האט נישט קיין פשט צו ווייזן אויף א מענטש "פשיהא, קוק אויף איהם, קוק ווי פלייסיג ער רוקט אריין זיין סטעיק, ממנו ילמדו וכן יעשו!", ער עסט פשוט סטעיק ווייל ער האט עס ליעב, און ס'נישט דא קיין שום ענין איהם נאכצומאכן. אז דו וועסט פילן א געשמאק דערין וועסטו עס טוהן, און אז נישט איז נישט. משא"כ יראת שמים איז בעצם א value צו ס'מאכט דעם מענטש פילן גוט צו נישט, צו דעם דארף מען שטרעבן און מיט דעם קען מען זיך רימען.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4001
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3846 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3222 מאל

הודעהדורך גרעפיקסער » פרייטאג אקטאבער 23, 2020 1:24 pm

אישתישבי האט געשריבן:
פארווע חסיד האט געשריבן:
גרעפיקסער האט געשריבן:כ׳געדענק נישט אין וועלכן ספר האבעך געזען אז מ׳זעט אז די וואס זענען מער vulnerable האט דער בורא זיי באשאפן מיט א ספעציעלן חן בכדי מ׳זאל רחמנות האבן אין קעיר נעמען פון זיי.

כ'מיין איך האב עס געזעהן אין לב אביגדור פון הג"ר אביגדור מילער ז"ל, קען זיין ס'האט א פריערדיגע מקור.


איז עס אמת?

איך האבעס לכאורה נישט געזען פון הג"ר אביגדור מילער ז"ל נאר פון א פריערדיגן
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך מצפצף » פרייטאג אקטאבער 23, 2020 1:46 pm

חובת הלבבות שער הבחינה
בייגעלייגטע פיילס
21865.png
מצפצף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: opensiteexplorer dotbot [Bot] און 2 געסט