פראבלעם סאלווינג אין קאוד

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
יוניווערסיטי_בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

פראבלעם סאלווינג אין קאוד

שליחה דורך יוניווערסיטי_בחור »

האבענדיג נישט לאנג צוריק גראדואירט פון יוניווערסיטי אין קאמפיוטינג טרעף איך זיך אריינקוקן רעאליטעט אין פנים, אויפ'ן יאגד נאך א סאפטוועיר אינדזשענירינג דזשאב. רעדענדיג מיט אנדערע אין די אינדוסטריע און האבנדיג אדורכגעגאנגען א האנדפול פון אינטערוויאוס איז פשוט אז ס'איז אן ענין פון פרעקטיס. דער ענין איז מער איבערן פארמאגן די קאוועליטעט פון פראבלעם סאלווינג ווי איבער קענען דער פראגרעמינג שפראך אדער יענער פראגרעמינג לענגוויטש. ווי מער פרעקטיס די העכער זענען די שאנסן און מעגליכקייטן צו אדורכמאכן אזא אינטערוויאו.

אלזא האב איך מיך דערטראכט צו אזא המצאה. כדי איך זאל האבן אן אינסענטיוו צו פראקטאצירן די עקסערסייזעס וועל איך יעדן טאג אי"ה פאוסטן א פראבלעם און אנשטרענגען זיך ביי די ענדע טאג צו אויפקומען מיט א סעלושען. אנדערע זענען אוודאי וועלקאם אליינס אויפצוקומען מיט סעלושענס און פאוסטן פריער. אבער, איך וויל אזא פאר יעדע פראבלעם זאלן זיין צוויי געווינער. איינער, דער וואס טרעפט צו דאס ערשטע א סעלושען און די צווייטער, אויב נישט דער זעלביגער, דער וואס טרעפט אויס די מערסט עפישענט/עפעקטיווער סעלושען. עפישענסי מעסט זיך אין ביג 0 נאטעישאן און סאטרידזש. עלעגענסי און רידעביליטי (קאמענטס וכדומה) איז א פלוס.

מען מעג אויך אוודאי ארויפלייגן אייגענע עקסערסייזעס אדער פערטיגע סעלושענס צו זיי, להגדיל תורה ולהאדירה.

איך גיי די עקסערסייזעס ברענגען פון די פארשידענע פלאטפארמען עוועילעבל אנליין. איך הויב אן מיט א סייט מיט די נאמען Codility און איך בין מניח אז קיין קאפירייטס איז נישטא נישט אויף באקאנט מאכן די סעלושענס און איך נישט אויף סקרינשוטן די פראבלעם, אין די ארגינעלע פארמאט, ווייל איך מאך עס נישט פאר געלט און די פראבלעמען זענען צוגענגליך פאר יעדעם מיט א פרייע אקאונט. איך נעם מיך נישט אונטער אייביג איבערצוטייטשן די פראבלעם דיסקרופציע אויף אידיש און ווי אויך וועל איך נישט מסביר זיין די בעסיק פראגרעמינג קאנצעפטן וואס זענען א פרי-רעקוויזיט צו פארשטיין די פראבלעמען אדער סעלושענס. איך נעם אן אז דא דרייען זיך א גענוג הויכער נומער פון מענטשן וואס קענען אדער ארבעטן אין פראגרעמינג און קענען מיטהאלטן אויף דער לעוול אהנע שוועריגקייטן. איך וועל אנהויבן מיט'ן נוצן #C אלס די שפראך אין וועלכער איך וועל אימפלעמענטן די סעלושענס. איר זענט וועלקאם צו נוצן סיי וועלכער שפראך וואס איז ריזנעבלי פארשטענדליך.

אקעי, סאוי פראבלעם #0:

א פראש זוכט אריבער צוטאנצן א שמאלע (רוהיגע) סטריעם פון וואסער. ער קען דאס נאר טוהן דורכן טאנצן אויף בלעטלעך וואס פאלן ארויף איבערן סטרעים. ער ברויך ווארטן ביז עס פארעמט זיך א ליניע פון בלעטלעך אקראס די סטריעם פון איין זייט צו די אנדערע. כדי צו אנקומען פון דער זייט סטריעם צו דאס אנדערס ברויך דער פראש טאנצן פון פאזיציע 1 צו פאזיציע X. פאלגענד איז אן אררעי וואס רעפרעזענטירט די צייטן און די פאזיציעס ווען און וואו אויף די ריווער די בלעטעלעך פאלן:
A[0] = 1
A[1] = 3
A[2] = 1
A[3] = 4
A[4] = 2
A[5] = 3
A[6] = 5
A[7] = 4

A[0] = 1 מיינט אז אין טיים פרעים 0, א בלעטעלע פאלט אויף פאזיציע 1. די פראש קען נאר אריבערטאנצן הערשט נאכוואס אלע פאזיציעס פון 1 ביז X זענען צוגעדעקט (מען קען אננעמען אז די סטריעם איז רוהיג אזוי אז איינמאל א בלעטעלע פאלט ערגעצוואו בלייבט זי וואו זי איז. שרייב א פונקציע וואס קריגט A און א פאזיציע X, אלס פאראמעטערס. X איז די ענד פאזיציע צו וואו דער פראש ברויך אנקומען און טרעף די ערשטע טיים פרעים וואס די פראש קען אריבערטאנצן די וואסער, ווייל אלע פאזיציעס האבן א בלעטל איבער זיי.

למשל אין די פריערדיגע דוגמא: די פונקציע גיבט צוריק 6 היות ערשט אין טיים פרעים 6 פאלט א בלעטעלע אויף די לעצטע פאזיציע - 5.
בייגעלייגטע פיילס
פראבלעם דעסקריפשען
פראבלעם דעסקריפשען

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר