קטלא קניא'ס ארטיקל איבער מציצה בפה.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4222
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3602 מאל

קטלא קניא'ס ארטיקל איבער מציצה בפה.

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך האב מיך ממש באלעקט דערמיט. דערפאר זע איך איין פאר וויכטיג עס צו ברענגען אהער.
ס'איז גראדע פון מיינע ערשטע מאלן צו לייענען זיינע ארטיקלעך, (מאנגל אין צייט) און כ'האב עס געפונען אביסל שווער, (פאר אנדערע) צו לייענען היות ער שרייבט טיף און קורץ. ממילא וועל איך אביסל מגיה זיין דא און דארט מיט פינטלעך און און'ס.
טאמער געפעלט עס איינעם נישט, זאל מיר יענער רופן צו דין תורה.


אין דער דיבאַטע איבער מציצה בפה האָב איך נישט צו אַ שטאַרקע מיינונג. דאָס הייסט בערך אַזוי. איך גלייב באמונה שלימה אַז אויב מען איז גע'מלע'ט אָן מציצה בפה איז מען נישט בכלל כל ערל לא יאכל בו, און מען קען רוהיק עסן פון דער קרבן פסח אָן קיין שום חשש. און אַז איך קוק אין רמב"ם זע איך גראדע אַז מציצה איז אין גאַנצן מפני הסכנה, און אַ מוהל וואָס טוט עס נישט איז מען אים מעביר.

עס איז אָבער נישט דאָ קיין הוה אמינא פון דאַרפן מטיף דם זיין אָדער חוזר זיין ווי ציצין המעכבין. עס שטייט אויך נישט אז מ'דארף מוצץ זיין מיטן מויל. עס קען אָבער זיין אַז עס איז דאָ אַ סתירה אין רמב"ם, און ממילא זאָל מען זיך אויף מיר נישט פאַרלאָזן למעשה, וכל אחד יעשה שאלת חכם.
נאָך מער, וויבאַלד עס שטייט אַז מ'טוט עס מפני הסכּנה הייסט עס - אַז מציצה איז בערך ווי טרונקן אַביסל טשאָקאָלאַט ליקער צווישן דער פיש און דער יויך. און אוודאי אפילו אויב דער ליקער איז פאַרסמט וואָלט מען חלילה נישט אויפגעהערט צו טרונקען וויבאַלד מנהג אבותינו בידינו, ממילא אַזוי דאָ אויך.

ווייטער קען איך פאַרשטיין דער געשריי פון אונזערע רבנים. מיר זענען דאך מלומדי מכות און יעדער חדר יינגל ווייסט אַז זייט די יוונים ווילן די שונאי ישראל מבטל זיין ברית מילה. אפילו משה רבינו האָט אַ שלאַנג כּמעט איינגעשלינגן ווייל ער האָט זיין זין נישט גע'מלעט. אַיז אַז מען טשעפּעט מיט אפילו אַ קלייניקייט פון אַזאַ פונדעמענטאַלע מצוה וואָס איז אות ברית ביני וביניכם איז דאָך פּשיטא אַז עס ווערט באַלד אַ שעת שמד. יידישקייט איז אין געפאַר, מען דאַרף איינרייסן הימלען, פלוצלונג זעט מען זיך שוין ווידער וואַנדערן אין גלות מיטן פּעקל אונעם שטעקל.
ביי אונז חסידים וואָס מיר זענען נישט דורש טעמא דקרא גייט עס נאך ווייטער. יעדער חסידיש וואָרט איז עשרת הדברות, און אַ שבות דשבות, אַן איסור כרת, ממילא איז לייכט צו פאַרשטיין וויאַזוי פון אַ מנהג ווערט אַ מצות עשה דאורייתא ממש וואָס איז יהרג ואל יעבור. איי אַמאָל האָט קיינער נישט גענוצט אַ צווענגל? און היינט מל'הט קיינער נישט אָן דעם? העי! דאָס איז אַ שוין אפיקורסיש געפרעגט!!.

אלזא וואס טוט מען? איז דאָך אָבער פאָרט דאָ אַ חשש סכּנה טאָמער איז דער מוהל פאַרשטעקט?!.
פאַרשטייט זיך אַז ביי אונזערע מוהלים פּאַסירט דאָס נישט ווייל מיר זענען נקי מחשש תולעים במחשבה בדיבור ובמעשה. אָבער פונדעסטוועגן אַלץ והייתם נקיים וואָלט דאָך אפשר געווען אַ סברא אַז די וואָס קעמפן פאַר מציצה בפה זאָלן אָננעמען אַז עס איז דאָ אַ סכּנה און ווייזן אַז זיי טוען אויפפּאַסן, און אויב איז מען מרנן אויף אַ געוויסער מוהל אז ער איז פראבלעמאטיש, זאָל מען אים אָנזאָגן אַז ער זאָל דערווייל נישט מל'ען?!. אפשר וואָלט מען אויך געדאַרפט איינפירן אַז מוהלים זאָלן זיך בודק זיין פון צייט צו צייט.?!

די מעשה איז אָבער אַזוי. ווען עס קומט צו האַקעלע זאַכן ווי מילה, שחיטה אָדער חינוך הבנים טאָר מען פאַר די מומרים להכעיס, מבני בניו של אליפז הרשע נישט נאָכגעבן אפילו כקליפת השום. נישט פאַר זיי און נישט פאַרן עולם. דאָס אַז עס זאָל זיך אפילו דאַכטן אַז זיי האָבן מער מיטלייד פאַר אַ יידיש קינד ווי אונז רחמנים ביישנים גומלי חסדים.. דאָס איז יהרג ואל יעבור און היה לא תהיה.!!
נישט נאָר איז פשוט אז ס'נישט דאָ אַזעלכע דערבארעמדיגע ווי יידישע, היימישע עלטערן, נאָר מיר האָבן דאך אויך אינזינען די נשמות. איז וואָס איז שייך זיך צו דינגן איבער אַ קליינער מעסער שניט און אַ זויל מיטן מויל? ווען די מומרים ווילן די נשמה אויסרייסן מיט אכזריות?! דער יונייטיד ניישנס מאַכט אַ קאָנווענץ איבער די רעכטן פון אַ קינד און אונז באַפעלט מען המול לכם כל זכר. וואָס האָבן מיר זיך צו טענהן אויב אין פסוק שטייט מגיד דבריו ליעקב חוקיו ומשפטיו לישראל?!

ווייטער וועגן חמירא סכנתא מאיסורא?!, זאָלט איר וויסן אַז די געזונט באַאַמטע האָבן אונז נישט איינצוטיילן וואָס איז אַ סכּנה און וואָס נישט. מיר ווייסן אויך פון ונשמרתם מאד לנפשותיכם.. נאָר וואדען? דבר זה איז מסור צו די חכמי ישראל בכל דור ודור וואָס ביי זיי שטייט להזהיר גדולם על הקטנים. זיי ווייסן נאָך אַזוי גוט ווי די דאָקטוירים און אַז זיי זאָגן אַז מיר האָבן נישט וואָס מורא צו האָבן דאָס אַליין וועט אונז ביישטיין און שליחי מצווה אינן נזוקין.

*****

לאָמיר אָבער איבערגיין צו אַ קליינער דערציילונג למען ידעו דור אחרון דער מסירת נפש פון אונזערע דור דעה. ומעשה שהיה כך היה. אַ רבי מיט אַ תלמיד חכמים האָבן זיך באַגעגענט. נישט קיין גרויסער נייעס היינט צו טאָג. בפרט אַז דער תלמיד חכם פירט ניטאַמאָל אַ רביסטעווע און פאַררופט זיך חלילה נישט אויף אַ דאַרף אין די גלילי גלילות פונעם רבינס מלוכה.
שנים שיושבים ואין ביניהם דברי תורה ווייסט איר דאָך אַליין וואָס שטייט. איז נאכוואס מען האָט זיך אָנגעגעסן פון זילבערנע שיסלען און געטרונקן פון זילבערנע בעכערס, ווי מען זאָגט בייאונז, אַ ברכה געמאַכט... האָט מען זיך גענומען רעדן אין לערנען.

דערציילט דער רבי פאַרן מורה צדק און ראש ישיבה:

"כ'האָב עוסק געווען אין די טעג אין אַן אינטערסאַנטע שאלה."

נאָר ל' לייענער, נאָך איין קליינע הקדמה.. אויב איר האָט אַמאָל בר־מצוה געהאַט וועט איר אוודאי געדענקן אז באַלד נאָך אָנטון תפילין האָט איר אויסגעשטעקט די צווייטע און פינפטע פינגער פון אייער פויסט און אַזוי אָפּגעמאָסטן צי דער תפילין של ראש איז חלילה נישט אַ האָר אַרויס פון בין עיניך. און איר געדענקט אוודאי אויך די בחורימלעך, די צדיקימלעך... וואָס זענען אַרומגעגאַנגן מיט דער קאָפּ אויסגעצויגן ווי א קעמל אויף ארויף און האלב אראפגעבויגן, כּדי דער היט וואָס איז צוריקגעשטעלט הינטער דער של ראש זאָל האָבן פּלאַץ אויפן אויסגעלענגרטן האַלץ. און ווען זיי האָבן אַרויסגעקוקט פון סידור האָבן זיי אויך אויסגעצויגן די אויגן אויף אַרויף ווייל טאָמער הייבט מען אויף דער קאָפּ קלאַפּט זיך אָן דער ראַם פונעם קאַפּעליטש אין דעם נאַקן און מען בלייבט חלילה מיט אַ הוילן קאָפּ. אָט אַזוי זענען די צדיקימעלך אייך אַקעגן געקומען און געוויזן אַז מען דאַרף אויסגלייכן דעם של ראש צו רעכטס, צו לינקס, אַהין, אַהער.. אַעיקר עס זאָל זיין פּונקט אויפן ריכטיקן פּלאַץ.

פון צייט צו צייט זענען אויך געווען אַזוינע אירע וואָס האָבן פּשוט אייך אָנגעכאַפּט דעם של ראש און געגעבן אַ צי און אַ שלעפּ און אַ ‘נו’ און אַן ‘אָ’ און אייך מזכּה געווען איר זאָלט חלילה נישט זיין אַ קרקפתא דלא מנח תפילין.

האָט זיך דאָ געמאַכט עטוואָס אַן ענלעכע מעשה. נישט מיט אַ בחורל נאָר מיט אַ רך הנמול און נישט מיט זיין תפילין נאָר טאַקע מיטן בריתך שחתמת. און צום צווייטן מאָל אין זעלבן טאג. ומעשה שהיה כך היה. און איך האַלט אייך שוין גאָרנישט אויף.

"מ'האָט געברענגט אין אַ קימפּאַרטאָרן היים אַ קינד נאָכן ברית. און ס'איז דאָ אַ מוהל אויפן פּלאַץ..."

איר ווייסט דאָך ווי עס זעט אויס דעם ערשטן טאָג סוכּות ווען מען וויקלט אויף דעם אתרוג. מען דרייט עס אַהין און אַהער און מען הייבט זיך אויף די ברילן שטאַרק צו באַקוקן אַ קריץ צי אַ פלעק. מען מאַכט אַ "פּשי" און אַן "אָו אַאַאַ" און ווער רעדט נאָך אַז עס שטייט אַ פיטם. נו, האָבן מיר דאָ אַ לעבעדיקן פּיטם... און דער מוהל האָט זיך פאַר'חשק'ט צו זען דעם זה קלי ואנוהו. וויקלט ער אויף דאָס קינד צו כאַפּן אַ בליק און עס ווערט אים שוואַרץ פאַר די אויגן.

"...וואָס האָט ער געזען? אַז עס דאַרף אַ תיקון עפ"י הלכה"

דער פּיטם איז נישט אָפּגעביסן ווי עס דאַרף צו זיין. איך האָב שוין געזאָגט אַז איך קען נישט גוט די הלכות. אפשר זענען געווען ציצין המעכבין, אפשר האָט ער חושש געווען אַז מען האָט נישט געמאַכט מציצה, אפשר מל ולא פרע, קען זיין אַ חיפוי, אפשר אויפן עטרה אָדער קען גאָר זיין אויפן גיד. אַעיקר פאַר דעם מוהל איז עס נישט געפאָלן.

"איז ער געגאַנגן מדעת עצמו און האָט פאַרראָכטן."

זריזין מקדימין און דער מוהל האָט גענומען זיינע כּלים וחתם בבריתו אות ברית קודש. אַזוי אַרום האָט ער זיכער געמאַכט אַז לכשיבנה בית המקדש וועט דער קינד קענען עסן פונעם קרבן פּסח לכל הדיעות. דער מוהל האָט אוודאי געמאַכט אַ גזירה שווה (גראדן שניט) אות אות מתפילין. נאמר כאן כי אות הוא ביני וביניכם ונאמר להלן והיה לך לאות מה להלן בשליחת יד אף כאן בשליחת יד.

"ער האָט גארנישט געפרעגט דעם טאַטן."

איי דער טאַטע? נעה. ער איז נישט געווען צו דער האַנט און ביז ווי לאַנג ער קומט קען ווערן בין השמשות און וואָס האָבן מיר זיך אַריינצולאָזן אין שאלות פון סיי וביום און סיי השמיני?!
ווייטער די מאַמע, זענען דאָך נשים דעתן קלות און בפרט ווען זי האָט אַ דין פון אַ חולה שאין בו סכּנה איז וואָס דאַרף מען איר סתם מצער זיין. בכלל איז די מצוה אויף אים און נישט אויף איר, ממילא קען נאָך ווערן אַ שאלה פון שליחות.

אַכּלל וויאַזוי מען דרייט נאָר דעם אתרוג איז עס אַ פּרי עץ הדר לכל הדעות און די מעשה וואָלט שוין לאַנג געווען פאַרגעסן אויסער פאַרן מוהל וואָס שכרו הרבה מאד. מה עשה הקדוש ברוך הוא? והאלקים אנה לידו. דער אייבישטער האָט צונויפגעברענגט אַ רבי מיט אַ דיין, מזמנן לפונדק אחד, און פאַרשטייט זיך אַז צוויי תלמידי חכמים טרעפן זיך זענען זיי מחדדין זה את זה בהלכה. אָפּגעהיטענע יידן וועלן דאָך נישט רעדן דברים בטילים איז מען עוסק בדברי תורה. מען דערציילט עובדות פון צדיקים, מנהגי ישראל, אַ שיין וואָרט און אַזוי געזעגנט מען זיך מתוך דבר הלכה.

"יעצט שטעלט זיך די שאלה צי מ'קען עס טאַקע מאַכן אַליינס אָן צו פרעגן פאַרן טאַטן, ס'איז דאָך אַ מצוה אויפן טאַטן, מ'קען נישט מל זיין שלא מדעתו?!"

טאָקע גאָר אינטערסאַנט. אַ שאלה צי מען קען מל זיין שלא מדעתו ווייל די מצוה איז מוטל על האב. אָבער חוץ פון דעם, וואָס זאָל בכלל זיין דער הוה אמינא אָנצופרעגן דעם טאַטן? פארוואָס איז ער בכלל אַ מחותן? ווייל דער אייבישטער האָט אים געשאָנקן אַ קינד איז ער שוין אַ בעל הבית? באַלד וועט ער נאָך איינטיילן צי מען מעג זיין זין אָנרירן אין חדר...

מיר איז באַלד איינגעפאַלן אַז ס'איז דאך זכין לאדם שלא בפניו ווייל אַצינד אַז דאָס עופעלע איז געמלהט לכל הדעות וועט אים אברהם אבינו זיכער פאַרשטעלן דער וועג אין גיהנום. און אויסער דעם, טאָמער וועט עמלק ווידער קומען וועט ער נישט קענען מקיים זיין אויפן קליינעם ויזנב בך כל הנחשלים ועיין רש"י שם. (זרק מילות כלפי מעלה) באַלד האָב איך מיר געמאַכט אַ ברוך שכיוונתי ווייל דער רבי האָט טאַקע אויך אַזוי מעיר געווען.

און דער רבי לייגט צו:

"דאָס איז זיכער וואָס ס'איז געטון אין שוין געטון. נאָר די שאלה איז אַז מ'קומט נאָכאַמאָל אַזאַ מעשה צי מעג מען אַזוי טון אָדער נישט."

יפה שיחתם של עבדי אבות און שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכה לימוד איז דאָך כל שכן ווען צדיקים יושבין ועטרותיהם בראשיהם ונהנים מזיו השכינה און מען וואַרפט מרכבת המשנה'ס און חתם סופר'ס, מען ברענגט אַ ראיה פון תרומה און מען ווענדט עס אָפּ פון חלה, מען ברענגט אַ קצות מיט אַ ריב"ש איז נישטאָ קיין ספק אַז די פּמליא של מעלה זענען געקומען אַ טייל נעמען.

מיטאַמאָל רופט זיך אָן איינער פון די אַרומיקע, מן הסתם איינער פון די גבאים, עפעס אַ גיחזי,

"ווער שטערט צו פרעגן דעם טאַטן?"

ממש אַ ירבעם בן נבט אַ חוטא ומחטיא. לא די וואָס ער וויל אַליין נישט מקיים זיין דער מצווה וויל ער נאָך שטערן פאַר אַנדערע אויך. וואָס האָט ער אַריינצושטעקען זיין קאָפּ און שכל צווישן אַזעלכע צוויי בערג בכלל? ווער האָט אים דען געפרעגט, אַ נאַרישע דעת בעל הבית, אינדערמיטן פון צוויי דעת תורהס?

זאָגט שוין אויף דעם שלמה המלך, ענה לכּסיל כאוולתו. נזרקה רוח הקודש אינעם רבין אַריין און ער האָט געענטפערט ממש שכינה מדברת מתוך גרונו.

"אַמאָל איז דער טאַטע אַליין דער מוהל, און אַמאָל דעם טאַטנס טאַטע וכדומה, און ער וועט נישט מסכים זיין אַז עס איז נישט גוט. ס'גייט אַריין אין האַקעלע ענינים, איז אפשר זאל מען גאָרנישט זאָגן."

פאַרשטייט איר וואָס דאָס מיינט כוחא דהיתירא עדיף. וואָס ברענגט מען אַהער אַריין די טאַטע מאַמע? זה מביאו לחיי העולם הזה וזה מביאו לחיי העולם הבא.. איז וואָס דאַרף מען קומען צו אַן אומאַנגענעמענעם מצב פון כופין אותו (דעם טאטן) עד שיאמר רוצה אני? מען טוט וואָס מען האָט צו טון און אַזוי אַרום ראַטעוועט מען אַ יידיש קינד פון באר שחת.

אַז מען האָט פושט געווען דעם רבינס שאלה האָט דער ראש ישיבה דערציילט זיין שאלה. זיינס איז געווען איבער נוצן קאָלינג קאַרדס און שכר שבת. ביידע זענען תורה, שבת בסקילה, און מילה סך הכּל בכרת, און עס זענען ברוך השם נתלבן געוואָרן הלכתא גבירתא אָן צו פאַרגיסן קיין איין טראָפּ בלוט.

*****

טאָמער קלערט איר אַז דעם קטלא קניא קען מען קיין וואָרט נישט גלייבן און ער האָט אַליין מוצץ געווען דער מעשה. אַ מסית ומדיח און אַ פּסול לעדות, אפילו אין חלום ווייסט ער נישט וואָס דאָס איז אַ מסיח לפי תומו. און אויף אַ בליץ טראָפּ קען מען אים אויך נישט געטרויען. טאָמער קלערט איר אַזוי, זאָג איך, גלייבט אים טאַקע נישט. אָבער הלא הם כתובים בספר.

די מעשה האָט דערציילט דער מרא דאתרא פונעם עיר האלקים קרית יואל אַז בדידיה הוה עובדא. ער איז דאָרט מושל בכיפה און דערוואַגט אייך נאָר זאָגן אַנדערש. און מען האָט די מעשה אָפּגעדרוקט 'בלתי מוגה' אין זיין פּראָפּאָגאַנדע בלעטל אונטערן רובריק משולחן מלכים ממילא ניתי ספר ונחזי. (ובדרך צחות אפשר לפרש הטעם שמאכלים העולים על שולחן מלכים לית בהן בישול עכו"ם כי רק על שולחן מלכים, מאן מלכי רבנן, מבשלין, בוחשין ואוכלין קדירה כזו ודו"ק)

ומכאן מודעא רבה לאורייתא על כל גזירה שלא תבא איבער ברית מילה וועלן די פני הדור און עיני העדה זיך קענען זעצן אַרום דער טיש און שטאָלצערהייט זאָגן, ידינו לא שפכו את הדם הזה.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 72 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר