העניך רעדט צו די מומחים פון דער Great Barrington Declaration

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

העניך רעדט צו די מומחים פון דער Great Barrington Declaration

שליחה דורך העניך »

איך בין צעטראגן און צעבראכן – דאס איז דער פשוט'ער מציאות. דער פאקט אז דער היימישער ציבור האט מחליט געווען צו גענצליך איגנארירן א מגיפה וואס האט שוין געקאסט הונדערטער פון אונזערע נפשות, און האלט נאך אין איין אנשטעקן היימישע אידן, מיט טויטע ליידער אויך, איז עפעס וואס גייט מיר נישט אריין אין קאפ.

כאטש עס איז דא א פארזוך נישט צו רעדן פון דער מגיפה, און מען פרובירט צו באהאלטן די וואס זענען אומגעקומען דערפון, זענען פאראן א מינימום פון 10 היימישע חסידישע נפטרים אין אמעריקע אין די לעצטע 10 וואכן וואס זענען קלאר באשטעטיגט געווארן אז זיי זענען אומגעקומען צוליב דער צווייטער כוואליע פון קאראנא-וויירוס, און אן קיין צווייפל זענען פאראן מער קרבנות.

חוץ מזה זענען פאראן צענדליגער וואס זענען שווער קראנק געווארן אין דער צווייטער כוואליע, טייל גאר שווער, און זענען ב"ה ארויס ממות לחיים. אבער ווי מ'האט געזען מיט דער ערשטער כוואליע קומען נאך ליידער ארויס תוצאות שפעטער אויך, און מ'האט געהערט א צאל אינצידענטן וואו אזעלכע וואס האבן איבערגעלעבט, זענען שפעטער פלוצים אוועק פון הארץ-אטאקעס וכדומה. זאל דער אויבערשטער האלטן זיין רעכטן האנט.

לית מאן דפליג אז די מגיפה איז נישט ווי זי איז געווען ארום פורים צייט. און דערפאר איז לית מאן דפליג אז מיר קענען נישט יעצט טון זאכן וואס פאראליזירן אונזער לעבן. מיר האבן אלע צוזאמען מחליט געווען אז יא, מיר זענען גרייט צו ליידן א צאל טויטע כדי אונזערע קינדער זאלן גיין אין חדר, די בחורים אין ישיבה, און אז אונזערע געשעפטן זאלן נישט אונטערברעכן.

יעדער פארשטייט אז אלעס אין לעבן האט א פרייז, און פונקט ווי יהדות ניו יארק האט מחליט געווען אז מיר זענען מסכים צו פארן מיט קאַרס כאטש עקסידענטן קאסטן ליידער עטליכע היימישע אידישע נפשות יעדעס יאר, האבן מיר מחליט געווען אז פאר ישיבות און ביזנעסעס זענען מיר גרייט אז ס'זאל אונז קאסטן א נפש יעדע וואך. דאס איז א לאגישער חשבון צי מ'איז יא מסכים דערמיט צי נישט.

אבער וואס גייט מיר נישט אריין אין קאפ איז וויאזוי מיר האבן מחליט געווען אז אפילו די מינימאלע אפהיטונגען וואס ווערן פארלאנגט דורך אלע מומחים איבער דער גאנצער וועלט - לייכטע און פשוט'ע זאכן ווי נישט אנפּאַקן קיין זאַלן, גיין מאסקעס, זייפן די הענט, נישט געבן קיין הענט, וכו' - קענען מיר בשום פנים ואופן טון, און מיר קענען נישט אויפגעבן קיין שום באקוועמליכקייט ווייל אפשר קען עס ראטעווען איין איד.

אויף וויפיל איך האב פרובירט צו הערן און נישטערן איז נישטא קיין איין מומחה אין דער גאנצער וועלט וואס זאגט אז מאכן א ריזיגע געפאקטע חתונה אין די יעצטיגע טעג איז א ריכטיגע זאך צו טון. אין גם אחד.

יא, עס זענען דא וואס זאגן אז מאסקעס העלפן נישט גענוג אז מ'זאל צווינגען מענטשן זיי אנצוטון; עס זענען דא וואס זאגן אז לאקדאונס זענען שעדליך; עס זענען דא וואס זאגן אז פאליטיקאנטן זענען היפאקריטן און טייל פון זיי זענען שונאי ישראל; עס זענען דא וואס זאגן אז שולעס דארפן זיין אפן ווייל קינדער שטעקן קיינעם נישט אן. אבער עס איז נישטא קיינער וואס זאגט אז מ'מוז זיך נישט זייפן די הענט אין די יעצטיגע טעג; עס איז נישטא קיינער וואס זאגט אז ס'איז ריכטיג צו מאכן א ריזיגן אינדאָר צוזאמענקום מיט טויזנטער מענטשן אריינגערעכנט מענטשן וואס זענען וואָלנערעבל; עס איז נישטא קיינער וואס זאגט אז מ'מעג זיך געבן די הענט כאילו לא היה פאר יונג און אלט.

איז וואס איז אונזער תירוץ צו טרעטן אויף די פשוט'ע אנווייזונגען וואס יעדער דאקטאר פון דער וועלט ווארנט? מילא ווען די אנווייזונגען זענען נאר אויף צו העלפן זיך אליין וואלט געווען איין זאך. אבער דא רעדט מען דאך פון נישט אנשטעקן אנדערע מענטשן – ווי קענען רחמנים בני רחמנים זאגן מיט קאלטבלוטיגקייט, "אויב דער עלטערער אדער איבערוואגיקער מענטש האט מחליט געווען צו קומען צו דער חתונה, איז עס נישט מיין עסק!"

אין א פרואוו צו דן זיין לכף זכות, האב איך געעפנט אן אשכול וואו איך האב געבעטן דעם ציבור מיר צו געבן א פתחון פה. אפשר דאך איז דא אן עקספערט וואס זאגט אז ס'איז אקעי. איך האב נישט געבעטן דווקא עקספערטן וואס ליבעראלן גלייכן, נאר סיי וועלכן עקספערט פון דער גאנצער וועלט. זאל זיין א רעפובליקאנער, א קאנסערוואטיוו, א ליבערטעריען, א כינעזער, א ישראלישער - ווער אימער און וואס אימער. ברענג מיר א מומחה וואס זאגט אז אונזער הנהגה איז אויסגעהאלטן.

האב איך געפרעגט פיר פראגעס אויף וואס כ'האב געבעטן ענטפערס:

1. זענען דא עקספערטן וואס זאגן אז מ'מעג מאכן ריזיגע אינדאָר פארזאמלונגען אן קיין שום סאשעל דיסטענסינג?

2. זענען דא עקספערטן וואס זאגן אז מ'מעג זיך געבן די האנט כאילו לא היה?

3. זענען דא עקספערטן וואס זאגן אז ווען מ'קומט אריין צו א געפאקטן מקום ציבור וואו מ'גיט זיך די הענט, איז נישט רעקאמענדירט אז מ'זאל זיך פריער זייפן די הענט?

4. זענען דא עקספערטן וואס זאגן אז מאסקעס העלפן בכלל נישט, און מ'דארף עס נישט גיין אין קיין שום פאל, אפילו צווישן א געפאקטן אינדאָר ציבור?

נאך 75 תגובות פול מיט אטאקעס קעגן ליבעראלן, ווילדע אויסברוכן און 'בעד פעיט' ארגומענטן, האט ענדליך אחד המיוחד הרב [tag]קורקלענד[/tag] גענומען ערנסט מיינע פראגעס, און האט געברענגט אן ענטפער: די מומחים פון דער "גרעיט בערינגטאן דעקלעראציע".

אויף דער דעקלעראציע האבן אונטערגעשריבן הונדערטער מעדיצינישע מומחים פון דער גאנצער וועלט, און זיי האבן פארדאמט לאקדאונס, און געגעבן אנדערע רעקאמענדאציעס וויאזוי זיך צו ספראווען מיט'ן וויירוס. ליבעראלן זענען נישט צופרידן פון אט דער דעקלעראציע, און האלטן אז די רעקאמענדאציעס זענען נישט ריכטיג. מעינסטריעם וויסנשאפטלער זענען אויך שארף ארויס קעגן דער דעקלעראציע. דר. אנטאני פאוטשי האט געזאגט אז זי איז "נאָנסענס און דעינדזשעראוס." ווידער די טראמפ אדמיניסטראציע האט יא אויסגעדרוקט שטיצע פאר דער דעקלעראציע.

אבער ווי געזאגט זוך איך נישט דווקא א מעינסטריעם מיינונג, און אז די "גרעיט בערינגטאן דעקלעראציע" קען פארענטפערן אונזערע הנהגה וועט עס מיך בארואיגן. כאטש האבן מיר א פתחון פה, עפעס א מהלך וואס גיט צו פארשטיין וואס מיר טוען און פארוואס מיט טוען עס. כאטש האבן מיר מומחים וואס זאגן אז מיר זענען גערעכט.

אין מיין פארזוך צו געהעריג פארשטיין וואס די דעקלעראציע זאגט, און צי זי פארענטפערט טאקע אונזער הנהגה, האב איך נעכטן, מיטוואך, געשיקט אן אימעיל צו די צען העכסטע אונטערגעשריבענע מומחים אויף דער דעקלעראציע.

פאלגנד איז מיין אימעיל:
GBD.JPG


ביז יעצט, ווען די שורות ווערן געשריבן דאנערשטאג אינדערפרי, האב איך שוין ערהאלטן ענטפערס פון דריי מעדיצינישע עקספערטן וועלכע האבן אונטערגעשריבן דעם "גרעיט בערינגטאן דעקלעראציע". פאלגנד זענען ציטאטן פון די ענטפערס וואס איך האב ערהאלטן:


Dr. Annie Janvier, professor of pediatrics and clinical ethics, Université de Montréal and Sainte-Justine University Medical Centre, Canada

דר. עני זשאנוויע, פון די העכסטראנגיקע אונטערגעשריבענע אויף דער דעקלעראציע, האט מיר געשריבן:

קוד: וועל אויס אלע

I was surprised by your e-mail
Gatherings, in any form, can kill people, especially the elderly. Many have died (at least in Quebec) because they have gathered in churches. It is one of the most efficient ways to infect people.
I am a signatory of the Great Barrington declaration, but this has nothing to do with being able to gather as a crowd.
Unless this crowd is all composed of people at low risk, for example people less than 30 without risk factors.
When anybody in the crowd is at risk, this is any grandparent older than 65-70, or anybody with risk factors (smokers, those who have heart conditions or obesity), the Great Barrington strongly advises focussed protection for them.
The majority of people who have COVID-19 are asymptomatic. This does not give them the right to infect others who are at higher risk. Even using the GB declaration as an excuse.
I (and many GB authors) have considered this with a community lens: protect the vulnerable, and let the non-vulnerable not be harmed by all the lockdowns.
Focussed protection for the elderly is in direct contradiction that everybody is free to spread the virus.
It is surprising for me that a faith community would consider placing the vulnerable at risk.
Do you think that your community would act the same way if COVID-19 killed children under 5 at the same rate it kills those over 70 at the moment?
The beauty with the COVID-19 pandemic is that this is temporary. This restriction is thankfully only there for several months,


***

Dr. Ariel Munitz, professor of clinical microbiology and immunology, Tel Aviv University, Israel

דר. אריאל מוניץ האט מיר געשריבן:

קוד: וועל אויס אלע

Dear Chanoch,
The Great Barrington Declaration calls for protecting the vulnerable people in our society.
Therefore, only on the grounds of "zero limitations regarding which members can participate”- it is not supported by the declaration.
All the best,
Ariel


***

Dr. Anthony J Brookes, professor of genetics, University of Leicester, England

דר. אנטאני ברוקס האט מיר געשריבן:

קוד: וועל אויס אלע

Dear Chanoch Henich
That's fascinating. Thanks for alerting me to it.
The Great Barrington Declaration (GBD) has been widely misrepresented, misunderstood, and misquoted - sometimes accidently and sometimes deliberately - for all sorts of reasons.
For example, closing schools is now widely agreed to do far more harm than good. But in early 2020 people did not think this through, and did a lot of harm by following a knee-jerk strategy and closing them based on some "precautionary principle". Wearing gloves is obviously beneficial, and does no obvious harm, so it's also a no-brainer that gloves should be worn when needing to be in physical contact with others, or in any way likely exposed to the virus. In the same vein, protections and sheltering for the old/vulnerable can do a lot of good, and so much more should be done on that from.
I would argue that in the spirit of GBD it would not be wise to organise very large events at all. They do harm (risk of large scale spread) but relatively little good (a smaller wedding is quite possible).


***
עס שטעלט זיך ארויס זייער קלאר, אז די "גרעיט בערינגטאן דעקלעראציע" קען נישט גענוצט ווערן אלס א פארטיידיגונג אויף אונזער הנהגה. פארקערט, די מומחים וואס האבן איר אונטערגעשריבן זענען שארף דערקעגן און האלטן אז מיר טוען נישט קיין ריכטיגע זאך.

דאס יהדות החרדית האט שטארקע טענות קעגן פירער ווי קאומא אויף זייער צוגאנג צום ווירוס. אבער אונזערע טענות האבן אונז בלינד געמאכט צום מציאות אז קאומא איז נישט דער באלעבאס אויפ'ן ווירוס. אפילו מיר ווילן בועט זיין אין זיינע רעגולאציעס, זענען נאך אלץ פאראן קלארע געזונטהייט באווארענונגען צו וועלכע עס זענען מסכים יעדער מומחה אויף דער וועלט, פון יעדער מדינה און פון יעדער פאליטישער שטרעמונג.

דאס איגנארירן פשוט'ע מאסנאמען בלויז ווייל מיר קענען נישט טוישן פשוט'ע געוואוינהייטן וואס האבן גארנישט מיט אידישקייט אפילו ווען עס שטארבן נאך אלץ מענטשן פונעם ווירוס, איז א שאנדע וואס וועט פארשריבן ווערן מיט בלוטיגע אותיות אין אונזער היסטאריע.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר