א טור אין די חרדי'שע געגנטער אין ברוקלין

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

א טור אין די חרדי'שע געגנטער אין ברוקלין

שליחה דורך טיכטיגער »

אין די טעג איז ערשינען צוויי ווידעאוס פון א באזוך אין די חרדי'שע געגנטער אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג, דורך א וולאגער, איינער פיטער סאנטענעלאו.

דער וולאגער איז א גרויסער טרעוולער וועלכער האט שוין ארומגערייזט צו איבער 90 מדינות, און אין פילע אנדערע אינטערעסאנטע געגנטער. ער כאפט אפ זיינע באזוכן און ער פובליצירט עס אויף יו-טוב.

חול המועד סוכות האט ער אפגעשטאט א באזוך אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג. ער ווערט באגלייט דורך דער חסידישער שרייבער פון עמי מאגאזין, שלמה זיאנץ.
אין בארא פארק שפאצירן זיי אראפ דרייצענטע עוועניו און דערנאך באזוכן זיי אין מענדעלסאנס פיצא געשעפט אויף אכצענטע עוועניו.

דערנאך באזוכן זיי אין וויליאמסבורג וואו א היימישער איד האט זיי אריינגענומען אין זיין קינדער-געבענטשטע שטוב.

ס'גאנץ אינטערעסאנט.
ער דארף בקרוב ארויסגעבן א ווידעאו פון קראון הייטס.

א באזוך אין בארא פארק

https://www.youtube.com/watch?v=GCz_9zaomio&t=1s

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר