בנימי"ן זא"ב יטרף! א הייסן טרער אויפן פרישן יונגן קבר!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
פויער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 4:29 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

בנימי"ן זא"ב יטרף! א הייסן טרער אויפן פרישן יונגן קבר!

שליחה דורך פויער »

יאָמי - הבחור בנימין זאב ע"ה ב"ר שמשון ברוך הי"ו ברוין - ווי איך פלעג אים רופן בלשון חיבה איז געווען א געהויבן יונגל פון א העכערן סארט, איך פלעג האבן א ספעציעלן קשר מיט אים, און איך פלעג כסדר רעדן און פארברענגן מיט אים.
די וואסער פון די אויגן גיסן, שטייענדיג היינט אינדערפרי אויף ראדני סטריט אין ווילימסבורג פארנט פונעם גרויסן סאטמארען שוהל, ווי הונדערטער פאמיליע מיטגלידער און גוטע פריינט האבן זיך מאסנווייז פארזאמעלט אפגעבן די לעצטע כבוד פארן טייערן בריליאנט שטיין וואס איז אזוי יונג און טראגיש פארשניטן געווארן און אוועקגענומען געווארן פון אונז דורכן פארשאלטענעם חולת המגיפה - די ביטערע מחלה השם ישמרנו - צום פלוצלונג'דיגן ביטערן שאק פון זיינע נאנטע וואס קענען זיך נישט גלייבן אז יאמי איז שוין נישטא אויף די זעלבע וועלט ווי אונז, די בא'חנ'טע רויטע בעקעלעך וועט מען מער נישט זעהן, די זיסע שמייכעלעך וועט שוין נישט זיין צו באקומען, די ווארעמע גריסן און ווערטאלעך וועט מען מער נישט הערן.
די ביטערע טראגעדיע וואס האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט און שנעל קורסירט פון מויל צום אויער האט צופלעפט יעדן צוהערער באשאפן פון בלוט און פלייש, א חבר פון וויליאמסבורג האט מיר אנגערופן מיט די שלעכטע נייעס אז יאמעלע איז מער נישט בינינו - ער איז מער נישט צווישן אונז, מיינע אויגן האבן זיך פארגלייזט און מיין הארץ האט זיך ווי אויסגעשאלטערט פארפעלנדיג עטליכע קלעפ, א שרעקליכן קרעכץ האט זיך ארויסגעריסן פון די טיפעניש פון מיין נשמה: אוי באשעפער! וויפיל קענען מיר?!
דאס גאנצע נאכט איז דורך שווארץ, די צורה פון יאמי ע"ה איז מיר געליגן פארן פרצוף, ווי נישט זיך צו שיידן, דאס כליפען האט אנגעהאלטן און זיך פארשטערקערט בשעת'ן הערן דעם חשוב'ן פאטער ר' שמשון ברוך הי"ו מספיד זיין און זיך געזעגענען פון זיין הארציג קינד: "באשפער, איך נעם עס אן באהבה!" "עס איז יעצט אין די טעג פון בין כסא לעשור - בי"ן כס"א מיין טייערן זוהן האט מען באהאלטן און אוועקגענומען פון מיר!" און ארויסגעברענגט זיינע פשוטע מעלות, זיין רוב טובו, זיין צוגעלאזן הארץ צו יעדן איינעם צוגלייך אינדערהיים און צווישן די חברים וואס האט אפגעשפיגעלט זיין איידעלן כאראקטער און ווארעמען באנעמונג צו אלעמען, און בפרט פאר הכנסת כלה ווויפיל שווערע געלטער ער האט צוזאמגעשטעלט פאר די נויטיגע, קיין שלעכט ווארט אויף א צווייטן איז קיינמאל פון זיין מויל נישט ארויסגעקומען.
דער טאג נאך ראש השנה ג' תשרי ווערט געברענגט אין שו"ע איז א יום תענית און א יום צרה, אויפן טויט פונעם צדיק גדלי' בן אחיקם און נאך אסאך צרות וואס איז געשעהן פאר יודישע קינדער משך די דורות אינעם דאזיגן טאג, היי יאר איז אויף די ליסטע צוגעלייגט געווארן א שורה, עס איז אוועקגענומען געווארן פון אונז א חפץ יקרה א נשמה טהורה. כלל ישראל האט פארלוירן פון דאס בעסטע און שענסטע.
יאמעלע, יעצט ביזטו שוין נישטא מיט אונז דא פון אונטן, אבער דו ביזט נאך זיכער מיט אונז פון אויבען, אונז בעט מיר דיך: "האסט דאך אלע דיינע יארן אויף די וועלט פרובירט ארויסהעלפן יעדן איינעם ווען אימער, יעצט איז דיר שוין גוט דארט אבער פארגעס נישט פון דיינע נאנטע דא, רייס איין הימלען פאר די משפחה און חברים דיינע, ארלעדיג כל מיני ישועות און רפואות פאר גאנץ כלל ישראל, פארארבעט מעשים אויבען מען זאל אונז שוין קומען אפנעמען פון דעם עקלדיגן ביטערן גלות דא, מיטן ווייסן אדלער זאלן מיר פליען קיין לאנד ישראל בקרוב ובמהרה ממש, ומחה ה' דמעה מעל כל פנים!" מיר וועלן דיך קיינמאל נישט פארגעסן דא! מיר בענקן זיך עכט שטארק!

יהא זכרו ברוך - ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים, אמן.

*
געדענקט ביים לערנען און ביי יעדן דבר טוב צו דערמאנען: לעילוי נשמת בנימין זאב בן שמשון ברוך עליו השלום.
דאס ביטערע טראפ איז בכלל נישט אזוי ביטער... כ'על מיך פרייען צו הערן פון דיר: poar.kaveshtiebel@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר