לויף און קויף וועקער נומער 19! (תשרי-חשוון תשפ"ב)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

לויף און קויף וועקער נומער 19! (תשרי-חשוון תשפ"ב)

הודעהדורך דער וועקער » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 8:27 am

מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן אז דער נייער וועקער פאר תשרי-חשוון תשפ"ב איז שוין דא צו באקומען אויף עמעזאן, מיט די שענסטע און רייכסטע ארטיקלען אויף דער אידישער שפראך.

https://www.amazon.com/dp/B09DMRFFR1/
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20210830-001014.jpg
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 329
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 200 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1215 מאל

הודעהדורך תרמב » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 9:06 am

באשטעלט!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 4938 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1414 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 9:19 am

wow!
באשטעלט 2
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 488
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 615 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 452 מאל

הודעהדורך קריינא דאיגרתא » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 10:28 am

קוקט אויס הערליך.
הענרי אבראמסאן איז א חידוש!
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 285 מאל

הודעהדורך אמת וצדק » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 10:40 am

האט יוטוב געהאט א יד אין דעם אינטערוויו? אדער ס׳איז שוין געווען און פלאן פארדעם.
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:28 pm
האט שוין געלייקט: 581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 318 מאל

הודעהדורך אספקלריה » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:02 am

קען איינער שרייבען א ריוואויו אויף די איצטיגע וועקער,

איך האב אויפגעהערט קויפען די וועקער, ווייל סאיז פאר א שטיק צייט געווען עפעס וואס איך האב נישט געוואלט האבען און מיין שטוב,
איז די איצטיגע וועקער ריין פון בייסיגקייט קעגען יודישקייט?
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

הודעהדורך קריינא דאיגרתא » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:15 am

אספקלריה האט געשריבן:איז די איצטיגע וועקער ריין פון בייסיגקייט קעגען יודישקייט?

ס'איז שווער צו וויסן ווייל איך ווייס נישט וואס ס'הייסט ביי דיר יודישקייט. למשל איין ארטיקל אפאר וועקערס צוריק איז געוועהן זייער בייסיג קעגן לב טהור.

איך אליין האב קיינמאל גארנישט געזעהן קעגן יודישקייט, פונקט פארקערט, דער וועקער נעמט מיך ארויס פון מיין "קאמפארט זאון" און מאכט מיך טראכטען ווי א איד. נישט אייביג בין איך מסכים מיט אלעס, אבער איך אפרישיעיט זייער שטארק די אפענקייט און גרייטקייט צו רעדן און טראכן פון דברים העומדים ברומו של עולם און די חובת האדם בעולמו.

דאס איז אין קאנטראסט צו כמעט אלע היימישע צייטונגען און אויסגאבעס ווי איך זעה יעדן טאג זאכן וואס זענען (לדעתי) קעגן יודישקייט.
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 285 מאל

Re: לויף און קויף וועקער נומער 19! (תשרי-חשוון תשפ"ב)

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:43 am

אספקלריה האט געשריבן:קען איינער שרייבען א ריוואויו אויף די איצטיגע וועקער,

איך האב אויפגעהערט קויפען די וועקער, ווייל סאיז פאר א שטיק צייט געווען עפעס וואס איך האב נישט געוואלט האבען און מיין שטוב,
איז די איצטיגע וועקער ריין פון בייסיגקייט קעגען יודישקייט?
פאר איינעם בייסט עס, און פאר אנאנדערן מאכט עס זיסער. ס'ווענדט זיך אויף וועלכע זייט דו שטייסט

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
דער גאלדענער אדלער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1186
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 5279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2325 מאל

הודעהדורך לייבל שטילער » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:45 am

דאס בייסן גופא איז די זיסקייט.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 413 מאל

הודעהדורך דער וועקער » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:54 am

אינהאלט
בייגעלייגטע פיילס
Inhalt19.JPG
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 329
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 200 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1215 מאל

הודעהדורך דער וועקער » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:56 am

אמת וצדק האט געשריבן:האט יוטוב געהאט א יד אין דעם אינטערוויו? אדער ס׳איז שוין געווען און פלאן פארדעם.

שוין געווען פארדעם. אויף עמעזאן קענסטו אריינקוקן אינעם וועקער ("Look inside"), און זען די "ווארט פון דער רעדאקציע" וואו ס'שטייט די השתלשלות וויאזוי דער אינטערוויו איז צוגעגאנגען.
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 329
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 200 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1215 מאל

הודעהדורך דערוועקט » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 12:26 pm

דר. הענרי רעאגירט אויפ'ן טעלעגראם טשאנעל.
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20210830-121117.jpg
דערוועקט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 10, 2017 4:47 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

הודעהדורך תפארת » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 12:55 pm

מקען עס ערגעץ ווי קויפן אין בארא פארק?
תפארת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 11:08 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 12:58 pm

באשטעלט. כ’קען נישט ווארטן
שמחהלע קאפשטיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 527
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 560 מאל

הודעהדורך דער וועקער » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 1:20 pm

תפארת האט געשריבן:מקען עס ערגעץ ווי קויפן אין בארא פארק?

מ'ארבעט דערויף.
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 329
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 200 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1215 מאל

הודעהדורך יאנטעף » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 1:34 pm

דאס איז מורא'דיק!
איך בין פערזענדליך זעהר מחשיב ר' הענרי עברעמסאהן און איך האב מסתמא שוין געהערט כמעט אלע זיינע היסטאריע שיעורים. איך קוק שטארק פאראויס צו ליינען די אינטערוויו!!

פונקט לעצטענס האב איך געשריבן וועגן אים דא ווען מ'האט אים צענזארירט א ווידיא וואס ער האט געמאכט וועגן אנטי-סעמיטיזם
viewtopic.php?f=3&t=14724
יאנטעף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:09 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

Re: לויף און קויף וועקער נומער 19! (תשרי-חשוון תשפ"ב)

הודעהדורך תוהו ובוהו » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 3:11 pm

דער וועקער האט געשריבן:
תפארת האט געשריבן:מקען עס ערגעץ ווי קויפן אין בארא פארק?

מ'ארבעט דערויף.
די בודקע ביי 49 און 13 האט עס נישט?!
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 463
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 318 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 930 מאל

הודעהדורך דער וועקער » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 5:28 pm

תוהו ובוהו האט געשריבן:
דער וועקער האט געשריבן:
תפארת האט געשריבן:מקען עס ערגעץ ווי קויפן אין בארא פארק?

מ'ארבעט דערויף.
די בודקע ביי 49 און 13 האט עס נישט?!

בקרוב אי''ה.
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 329
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 200 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1215 מאל

הודעהדורך דער וועקער » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 5:29 pm

דער וועקער איז נארוואס ערשינען, און איז שוין ב"ה א נומער 1 בעסטסעלער אויף עמעזאן!

קויף היינט די שענסטע אויסגאבע אויף דער אידישער שפראך!

https://www.amazon.com/dp/B09DMRFFR1
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20210830_172758_029.jpg
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 329
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 200 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1215 מאל

הודעהדורך אספקלריה » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 6:45 pm

קריינא דאיגרתא האט געשריבן:
אספקלריה האט געשריבן:איז די איצטיגע וועקער ריין פון בייסיגקייט קעגען יודישקייט?

ס'איז שווער צו וויסן ווייל איך ווייס נישט וואס ס'הייסט ביי דיר יודישקייט. למשל איין ארטיקל אפאר וועקערס צוריק איז געוועהן זייער בייסיג קעגן לב טהור.

איך אליין האב קיינמאל גארנישט געזעהן קעגן יודישקייט, פונקט פארקערט, דער וועקער נעמט מיך ארויס פון מיין "קאמפארט זאון" און מאכט מיך טראכטען ווי א איד. נישט אייביג בין איך מסכים מיט אלעס, אבער איך אפרישיעיט זייער שטארק די אפענקייט און גרייטקייט צו רעדן און טראכן פון דברים העומדים ברומו של עולם און די חובת האדם בעולמו.

דאס איז אין קאנטראסט צו כמעט אלע היימישע צייטונגען און אויסגאבעס ווי איך זעה יעדן טאג זאכן וואס זענען (לדעתי) קעגן יודישקייט.


איך ליין נישט כמעט קיין איין יודישע אויסגאבע, און איך אפרישיעט א צייטונג וואס טזשעלענזשט אונזער קולטור, וואס איז אסאך מאל קעגן יודישקייט, די איד און די בלאט זענען ביי מיר בכלל נישט קיין יודישקייט, דאס לעצטע מאל וואס איך האב געזעען א איד בלאט וכולהו איז מן הסתם פופצען צו צוואנציג יאר צוריק.
פון איי וועלט האט מען מיר חוסם געווען ווען איך האב געשריבען א ווארט קעגען א רבי, סאו לייג נישט אראפ כאילו די ביסט נאר איין סטעפ ווייטער וואו לב טהור.
איך האב מיך פארעקעלט פון די וועקער ווען זיי האבען געברענגט ״פריידא וויזעל״ אדער ״יששכר כ״ץ״
מיט ברענגען דיע עלעמענטען, טוט מען גארנישט אויף.
אויב וואלט מען וועין געשריבען א צייטונג על טהרת הקודש, אן פארדעקען עוולות אן אהן מורא האבען צו לייגען זאגען אונטערען קארפעט,
מיט ברענגען מענשטען וואס גלייבען נישט און תורת משה, איז עס סך הכל א נייע מאוומענט פון open Orthodox דאס מאכט נאר שטערקער די עקסטרימיוזים פון די בריונים, זיי קענען אנווייזען און שרייען די וועקער חברה זענען כופרים זיי זוכען צו טשעלענזשען אונזער אמונה.

סאיז נישט קיין סוד אז ״קאווע שטיבעל״ און ״די וועקער״ האבען שרייבערס וואס זענען כופרים בד׳ ובתורתו,איך אליינס קען א טייל פון זיי,

איך בין א מאמין און גאט און אין די תורה און איך וויל נישט ליינען קיין ארטיקלען פון כופרים, איך בין פולי קאמיטעט צו יודישקייט,
איך בין א אויסגעשלאסענע שונא צו די געוועסע פרומע עלעמענטען און אונזער קולטור, וואס רעפעזענטין נישט תורה, אבער איך טשעלענזש נישט אונזער תורה און נישט מיינע חשובע זיידעס וואס האבען געלעבט א עהרליכע אויסגעהאלטענע לעכטיגע ליבליכע פאזיטיווע הייליגע לעבן.

האק נישט קיין טשייניק לב טהור, קיין איינער האט נישט קיין פראבלעם מיט שרייבען קעגען לב טהור אפילו און איי וועלט מעג מען דאכציך.
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

הודעהדורך היכי דמי » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 7:27 pm

געקויפט אויף עמעזאן.

ישר כח פאר די געטרייע שרייבער, עדיטער, דעזיינער, און מיטארבעטער, איבערהויפט אונזער רבי ראובן פאר׳ן אונז צושטעלן הערליכע און ריינע ארטיקלען לכבוד יו״ט.
היכי דמי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 482 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 7:53 pm

דער וועקער האט געשריבן:
אמת וצדק האט געשריבן:האט יוטוב געהאט א יד אין דעם אינטערוויו? אדער ס׳איז שוין געווען און פלאן פארדעם.

שוין געווען פארדעם. אויף עמעזאן קענסטו אריינקוקן אינעם וועקער ("Look inside"), און זען די "ווארט פון דער רעדאקציע" וואו ס'שטייט די השתלשלות וויאזוי דער אינטערוויו איז צוגעגאנגען.

איך זע נישט אויף אמאזאן וואו מ'קען דרוקן צו Look inside
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 696
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 459 מאל

הודעהדורך Billy » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 7:55 pm

באשטעלט לכבוד יום טוב.

אלס א נאכפאלגער (פאלאוער) פון עיברעמסאן פאר יארן איז מיר אינטערעסאנט צו ליינען וואס ער האט צו זאגן, ספעציעל נאך זיין סקאנדאל מיט יוטוב און זיין עקספיריענס מיט'ן woke culture.

לגבי אינטערוויוען OTD עלעמענטן - אדרבה, ברענגט נאך. מאנכע אין די OTD געזעלשאפט זענען אינטעלעקטועלן און זענען נישט אויסן סתם לקנטר.
Billy
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 03, 2019 10:26 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

הודעהדורך דער וועקער » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 8:00 pm

א גוטן @אספקלריה פאר'ן שרייבן קלאר וואס עס קוועטשט דיר. עס איז אייביג אפרישיעיטעד ווען מ'שרייבט קלארע ווערטער, אפילו קריטיק, אנשטאט סתם אטאקירן.

דער וועקער האט נאך קיינמאל נישט בכוונה געדרוקט עפעס וואס איז חלילה אינדרויסן פון די ראמען פון דת תורתינו הקדושה. אוודאי קענען זיך מאכן טעותים, אבער בשעת איך שרייב די דאזיגע שורות בין איך נישט באקאנט מיט קיין איין אזא סארט טעות.

יעדער מיטגליד פון דער וועקער רעדאקציע איז א פרומער און חסידישער איד, בלי שום יוצא מן הכלל. אבער פונקט ווי אנדערע היימישע אויסגאבעס, האבן מיר נישט קיין שום פראבלעם צו דרוקן ארטיקלען דורך מענטשן וואס זענען נישט קיין פרומע אידן -- אויב דאס וואס זיי שרייבן איז אויסגעהאלטן. מיט דעם גייען מיר אין די פוסטריט פון אזעלכע אויסגאבעס ווי "דער איד" וועלכע האט געהאט פילע שרייבער וואס זייער אידישקייט איז געווען צווייפלהאפטיג עכ"פ פון א סאטמארער פערספעקטיוו, און "מעלות" וואס האט געהאט א קאנסערוואטיווער איד וואס האט געשריבן איבער געזונטהייט, און האט קלאר אוועקגעשטעלט אז ווי לאנג דאס וואס א שרייבער שרייבט איז אויסגעהאלטן איז נישט קיין חילוק וואס יענער גלייבט אין פערזענליכן לעבן.

מיר האבן אויך נישט קיין פראבלעם צו אינטערוויוען אלע סארטן מענטשן, פונקט ווי היימישע אויסגאבעס -- בפרט ענגלישע, ווי משפחה און עמי -- אינטערוויוען כסדר סעקולערע אידן און גוים.

די אינטערוויו מיט הרב יששכר כ"ץ האט געהאט זערא שייכות מיט זיינע שיטות. מיר זענען נישט דא צו נעמען א שטעלונג איבער "אָפּען ארטאדאקסיע" און יענער ארטיקל האט בכלל נישט בארירט די נושא. פארקערט, דער חן פונעם ארטיקל איז געווען צו הערן פון א דרויסנדיגן צו וואס ער בענקט זיך צוריק צום חסידישן לעבן, ווי דער ציטאט אויפ'ן דעקל פון יענעם וועקער האט געוויזן ("חסידים ליגן אין אידישקייט יעדן מינוט פון זייער לעבן. זיי לעבן עס מער, זיי פראקטיצירן עס מער..."). דער ארטיקל האט בארירט פילע נושאים וואס זענען נוגע יעדן טראכטנדן איד, און האט זערא צו טון מיט הרב כ"ץ'ס שיטות. מיר האבן עס אויך קלאר געמאכט אינעם וועקער גופא אז דער ארטיקל האט גארנישט מיט זיינע שיטות, און ס'איז נישט אונזער פלאץ צו בארירן יענע נושאים.

דאס זעלבע איז בנוגע דער אינטערוויו מיט מרת פרידא וויזעל, וואס איז געווען מלא וגדוש מיט פאזיטיווע אספעקטן פון אונזער לעבנסשטייגער, און קיין איין איינציג ווארט וועגן אירע שיטות וואס זענען מנוגד צו אידישקייט. אויב האלט איינער אז א פרומע אויסגאבע טאר נישט אינטערוויוען א איד וואס אין פערזענליכן לעבן האט ער שיטות וואס זענען קעגן אונזערע, כאטש דאס וואס ער אדער זי האט צו פארקויפן איז גאר רעלעוואנט און אינטערעסאנט פאר אונז, איז דער וועקער טאקע נישט פאר אים.

דער וועקער איז דא צו געבן פלאץ פאר סקעפטיציזם פאר אלע אספעקטן פון אונזער לעבן און קולטור, וואס רירן נישט צו צו די עיקרי אמונה. יעדע געזונטע געזעלשאפט דארף האבן א פלאץ וואו מ'קען דעבאטירן אזעלכע נושאים. יא, מ'דארף ארויסגיין פונעם קאָמפאָרט זאָון און רעדן פון זאכן אפילו ס'איז נישט אייביג אזוי געשמאק און באקוועם.

אויב איז די טענה פשוט אז סטראטעגיש איז נישט גוט צו האבן אן אינטערוויו מיט אזא איינעם ווי הרב יששכר כ"ץ ווייל קיצונים קענען זיך ארויפכאפן דערויף: קען זיין -- מיר זענען נישט די בעסטע סטראטעגיסטן און מיר מאכן טעותים. מיר זענען אייביג גרייט צו הערן און צומאל זענען מיר מקבל צו טוישן אספעקטן פונעם וועקער. ווען מיר זענען נישט מקבל איז יתכן אז מיר זענען גערעכט מיט אונזער סטראטעגיע און ס'איז יתכן אז נישט. ווילאנג מיר זענען די וואס געבן ארויס דעם וועקער רעזערווירן מיר דעם רעכט צו מאכן סטראטעגישע טעותים.
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 329
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 200 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1215 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 8:02 pm

@אספקלריה באגייט דא לדעתי אן אינטענשאנעל פאָלאסי. והיינו, צו שאצן די ווערק באזירט אך ורק אויף די (מכלומפרשטע) כוונת המחבר - מ׳דארף שאצן די ווערק לויט וואס די ווערטער דערין זאגן און וואס עס קומט ארויס דערפון.

דאס איז שוין אפילו מ׳זאל מודה זיין אז די שרייבערס זענען ״כופרים״ (איך בין ״א שרייבער״ און מ׳האט טאקע געשריגן אויף מיר ״כופר/כפירה״…). אבער בכלל צו רופן און באטיטלען ״כופר/כפירה״ (ווען ער פירט זיך למעשה כדת בפּרעקסיס) איז כידוע בסתם שטארק פארנעפעלט (און דאס איז שוין אפילו מ׳נעמט אָן לגמרי דער רמב״ם׳ס אוועקגעשטעלטע עיקרי אמונה; ווי אזוי מען פאסט זיי צו וכו׳ כהיום) - וואס איז ביי איינעם מסודר בדאגמא איז ביי א צווייטן פון די חמורות שבחמורות (לדוגמא, מיין טאטע האט אויף מיר געשריגן ״כופר״ ווען כ׳האב אוועקגעמאכט דברים סגוליים). דעריבער, ווי איך פארשטיי, האט @דער וועקער אראפגעשטעלט אז וואס עס פאלט אונטער גדר ״ארטאדאקס״ (וואס איז איה״נ אויך פארנעפעלט, אבער פארט גלייב איך קען מען דאס גרינגער מגדיר זיין אלס א סאציאלאגישע גרופע וכו׳) איז ראוי להיכתב. מ׳דארף נישט מסכים זיין מיט אלעם אבער דאס מדחה זיין מעיקרא האט נישט קיין פשט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3540
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 10891 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3200 מאל

נעקסט

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט