עמעזאן האט געשריבן:א יישר כח! דאס גיט מיר א שטופ צו קויפן, דוכט זיך מען האט נישט ארויסגעשטעלט א מפתח דאס מאל
עמעזאן האט געשריבן:א יישר כח! דאס גיט מיר א שטופ צו קויפן, דוכט זיך מען האט נישט ארויסגעשטעלט א מפתח דאס מאל
העניך האט געשריבן:כ'האב הנאה צו הערן. וועלכער חלק שטופט דיר צו קויפן, די טעמע, ר' אברהם מרדכי מלאך, אדער אז איך האב געשריבן?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די חילוק איז נאר אז דער טייטלבוים פרובירט נישט זיין א יאקאבאוויטש און דעם יאקאבאוויטש אינטירעסירט נישט דעם טייטלבוים לעבן, משא״כ דער בעל תשובה פרובירט זייער שטארק זיין עפעס וואס ער איז נישט און דערפאר פראסקעט איהם עס אין פנים אריין איינמאל און נאכאמאל און דער פאנאטיק כאפט נעבעך נישט דעם מעסעדש. ווי יענער ספרדישער בחור וואס האט געוואלט גיין לערנען ביי רבי אברהם יהושע אין ישיבה, אויפ׳ן פראגע פונעם ראש ישיבה פארוואס ער גייט נישט אין א ספרדישע ישיבה האט דער בחור געזאגט אז ער וויל לערנען אין אן אשכנזישע ישיבה, האט איהם רבי אברהם יהושע געזאגט ״איך וויל אויך לערנען אין אן אשכנזישע ישיבה…״ ודפח״ח
ליב צו וויסן האט געשריבן:שוין לאנג וואס איך טענה אז אימיגראציע אין אמעריקע איז פון די איינציגסטע זאכן אויף וואס ביידע זייטן עגריען.
ביידע זייטן האלטן אז וואונען אין א לאטיין אמעריקאנער קולטור איז נישט גוט....
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:lol:
אליעזר ברלנד צ.ב.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:שוין לאנג וואס איך טענה אז אימיגראציע אין אמעריקע איז פון די איינציגסטע זאכן אויף וואס ביידע זייטן עגריען.
ביידע זייטן האלטן אז וואונען אין א לאטיין אמעריקאנער קולטור איז נישט גוט....
כ׳האב מורא אז דו האסט מיר שלעכט פארשטאנען, כ׳האב חס ושלום נישט געמיינט אוועקצומאכן ספרדים. אז מ׳רעדט פון קולטור האב איך מער ליעב די ספרדישע פיקאנטע און שארפע עסן ווי די אשכנזישע זיסע עסן, ווי אויך איז די בריסקע דרך הלימוד גארנישט עפעס אויסטערליש אז א ספרדי זאל זיך פילן מינדערוויכטיג פאר דעם. אויסער דעם זעה איך נישט וואס איז אזוי שלעכט מיט די לאטיין-אמעריקאנע קולטור און וואו ס׳קומט אהער, סך הכל וואס זיי האבן איז קארופטירטע רעגירונגען וואס אמעריקאנע אויסערן-פאליסיס האבן געברענט צו די מאכט און די קלוגע ספאניאלאס טראכטן אז אויב אמעריקע איז אזוי מעכטיג זיי צו קענען אזוי חרוב מאכן זייערע לענדער זענען זיי אויך גענוג מעכטיג זיי צו קענען העלפן פון די זעלבע מכה וואס אמעריקע אליינס האט אויף זיי אנגעברענגט, ואם אתה מאמין שאפשר לקלקל וודאי אפשר לתקן. סך הכל וואס כ׳האב געזאגט איז אז איינער וואס אקצעפטירט נישט ווער ער איז קען ער נישט פארלאנגען אז אנדערע זאלן איהם אקצעפטירן, איך זאג פאר׳ן בעל תשובה, אויב ווילסטו נישט חתונה האבן מיט א בעל תשובה איז דאך א קל וחומר אז אן FFB וויל נישט חתונה האבן מיט א בעל תשובה. מה נפשך, אויב אקצעפטירסטו וואס דו ביזט קענסטו זיך דאך משדך זיין מיט דיינ׳ס גלייכן, אז נישט וואס ווילסטו פון יענעם? און איך האב עס צוגעגליכן צו געוויסע ספרדים וואס פרובירן געפעלן פאר אשכנזים. ס׳דא אסאך בעלי תשובה וואס האבן טאקע איינגעזעהן אז זיי באלאנגען נישט צווישן היימישע אידן און זיי האבן זיך געמאכט אייגענע קהילות, אליעזר ברלנד צ.ב., דערנאך איז ער געווארן אזוי פאפולער אז אפילו היימישע גייען זיך בוקן צו איהם, אזא מענטש קוק איך ארויף.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot], סמבטיון און 0 געסט