ווער איז א קנאי?! תרפ"ב-תשפ"ב

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

ווער איז א קנאי?! תרפ"ב-תשפ"ב

שליחה דורך berlbalaguleh »

ווער איז פאררעכנט געווארן פאר א קנאי אין יאר תרפ"ב/'1922 למספרם?!

איינס פון די צילן פון די אגודה ביי זייער התייסדות מיט עטליכע יאר פריער איז געווען צו באקעמפן ציוניזם. ר' עמרם בלוי, אזוי ווי זיין ברודער, הרב משה בלוי איז אויך געווען א געהעריגער חבר אין די אגודה. ערשט שפעטער, נאנט צום התייסדות המדינה, איז געווארן דער שפאלט. א טייל פון די אריגינאלע חברים אין די אגודה אזוי ווי ר' עמרם בלוי האבן זיך אפגעטיילט און געגעבן א נאמען פאר זייער חבורה "נטורי קרתא".

ר' עמרם בלוי איז טאקע געווען אן אמת'ער קנאי. ער איז ארויסגעגאנגען צו מחאות אקעגן די פאליציי. ער איז געשטאנען אין די פאדערשטע רייען (און זיך נישט באהאלטן אונטער אנדערע), און ער האט טאקע געכאפט קלעפ פון די נאגייקעס פון די רשעות'דיגע פאליציאנטן. איינמאל א שבת אינדערפריה, ווען ער האט געזעהן אז א טעאטער איז אפן, האט ער אריינגעשטופט זיין קאפ כדי זיי צו שטערן פון פארקויפן טיקעטס. פארשטייצעך אז ער האט געכאפט גוטע קלעפ. ער האט געליטן די יסורים און אנגעגאנגען ווייטער. איינמאל ביי א מחאה איז ער געווארן ארעסטירט. קומענדיג אין קאורט האט איהם דער שופט געזאגט אז אויב ער שרייבט אונטער אז ער וועט מער זיך נישט באטייליגן אין מחאות וועט ער באפרייט ווערן. האט ער געענטפערט "איני מכיר בשלטון הכופרים"...! ער האט נישט געוואלט אונטערשרייבן. זאגט איהם זיין לאיער... היינט איז דאך די חתונה פון דיין זון. שרייב אונטער, און דו ווערסט באפרייט...! ר' עמרם האט נישט געוואלט אונטערשרייבן... און ער האט פארפאסט די חופה פון זיין זון!

אצינד לאמיר זעהן ווער ס'הייסט א קנאי אין יאר תשפ"ב (און די יארן א ביסל פריער). איינער וואס צוברעכט יענעמ'ס סמארטפאון. אדער לכה"פ שרייט ער אן מיט בזיונות איינעם וואס נוצט א סמארטפאון.

אין די תקופה פאר די טמא'נע כלים זענען אריינגעקומען אין ברייטן באנוץ ביים עולם איז די הויפט אישו געווען (ביי ערליכע אידן, קנאים) אראפרייסן, צוברעכן און פארברענען דעם טמא'נעם ציוניסטישן פאן פון מדינת ישראל. און אנדערע מגן דוד'ס אין בתי מדרשים און אנדערע עפנטליכע פלעצער. מ'רעדט נישט פון די היימישע, בארימטע שפיגל ברעכערס.

א רב וועלכער האט א שול אין די איסט סייד נישט ווייט פונ'ם בית ישראל האספיטאל (וואו איך האב געדאוונט שבת, ווען מיין טאטע איז געווען אין שפיטאל) האט מיר פארציילט אז אין א געוויסע שבת אינדערפריה זענען אריינגעקומען 2 חסיד'ישע יונגעלייט, אבער זיי זענען גלייך ארויס פון זיין ביהמ"ד ווייל דארט איז אויך געווען א פאן פון מדינת ישראל. שפעטער זענען זיי צוריקגעקומען און איהם איבערגעבעטן און געזאגט אז זיי ווילן יא דאווענען אין זיין ביהמ"ד. האט ער זיי געפרעגט פירוש הדברים, צוערשט האט עטץ מוחה געווען, און נאכדעם קומט עטץ צוריק. האבן זיי איהם געענטפערט אז זיי זענען געגאנגען זוכן אן אנדער ביהמ"ד, זיי האבן אנגעטראפן א "שול" וואו ס'איז נישט געווען קיין פאן פון די מדינה. איז דאך גוט...! ווען זיי האבן אויסגעפונען אז דאס איז גאר א רעפארם טעמפל זענען זיי אנטלאפן זייער שנעל און צוריקגעקומען צו א ביהמ"ד...! זאגנדיג, אונז האמיר שוין באקומען אונזער עונש...!

ווער ס'ווייסט נאך פון מעשיות איבער קנאות סיי אין די יארן פון תרפ"ב אדער אין די יארן פון תשפ"ב ווערט געבעטן זיך אנצורופן...!

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר