איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 1006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

אינעם "קוואנטום פיזיקס" אשכול האב איך געשריבן אז די שוועריגקייט צו פארשטיין די סוגיא האט נישט אזוי ווייט מיט דערהערן דעם מושג, ווי מיט פועל'ן ביים מוח צו פארנעמען און באנעמען עפעס וואס זיינע דערפארונגען דערהייבן נישט. דאס זעלבע איז אמת מיט איינשטיינ'ס טעאריע פון רעלאטיוויטעט. די מאטעמאטישע חשבונות זענען שווער צו פארשטיין (עכ"פ פאר מיר); די שקלא וטריא וואס האט געפירט איינשטיין אויפצוקומען מיט זיין טעאריע איז אויך נישט גרינג, און פאדערט א סך ידיעות אין סייענטיפישע טעמעס וואס זענען אונז פרעמד. דער עצם חידוש איז אבער נישט אזוי ווייט קאמפליצירט, ווי פרעמד פאר אונזערע השגות. איז, מיין איך, אז מען קען זי פארשטיין מיט נישט איבעריג א סך אנשטרענגונג, אויב האלט מען דעם מוח אפן צו א מעגליכקייט פון פארדייען יסודות'דיגע חידושים.

דאס ווארט רעלאטיוו מיינט ביחס. איך בין הויך רעלאטיוו צו אן 11-יעריג קינד. קארל, ווי איר קוקט אים אזוי אן, איז הויך און פעסטגעבויט. שטעלט אים אבער נעבן מיין פעטער פון אוסטראליע, א לאקש פון 6.7 פיס הויך מיט אקסלען און מוסקלען ווי שמשון הגיבור, וועט קארל, במחילת כבודו, אויסזען זייער דורכשניטליך. 60 די גראד איז זייער הייס פאר עמיצן וואס קומט סיביר, אבער אביסל קיל פאר עמיצן פון איינעם פון די הייסע אפריקאנישע לענדער. הויך און נידעריג, קאלט און הייס, ווי מערערע אנדערע זאכן זענען רעלאטיווע באגריפן; זייער משמעות איז תלוי אין - רעלאטיוו צו - נאך עפעס. דאס פארקערטע פון רעלאטיוו איז "אבסעלוט". א לעפל איז א לעפל, אפגעזען צי דער עסער איז שווארץ צי ווייס, הויך צי נידעריג, קאלט אדער הייס. אייזן איז אויך אייזן, פון סיי וועמענס פערספעקטיוו.

איינשטיינ'ס חידוש איז געווען אז צוויי זאכן אין דער טבע, וואס דער שכל און די וויסנשאפט ביז אים האבן באטראכט אלס אבסעלוט - דאס זעלבע פאר יעדן, אפגעזען פון פערספעקטיוו - זענען באמת בייגעוודיג, "פלאסטיש", פלעקסיבל: זיי קענען זיך טוישן, קנייטשן און בייגן. די דאזיגע צוויי זאכן זענען "זמן" און "מקום", צייט און ארט. "צייט" מיינט נישט דעם זייגער, טעג, און יארן, נאר דעם עצם געלויף פון יעצט ביז שפעטער; הוה צום עתיד. דער זייגער און קאלענדער זענען אזעלכע פאטענטן איינצושטעלן א סיסטעם אין תנועת הזמן, אז מענטשן זאלן זיך קענען פארשטיין. זיי קאנטראלירן אבער נישט דעם צייט-געלויף - א יסוד אין דער טבע וואס גייט פון זיך, אפילו ווען אלע זייגערס און קאלענדערס זאלן צעבראכן און פארברענט ווערן. כיוצא בו, מיט "מקום" מיינט דער פסוק חלל הפנוי, דאס עצם עקזיסטענץ פון "פלאץ", אין וואס מיר פונקציאנירן.

ביידע פון זיי, מקום און זמן, זענען אזוי יסודותדיג פאר דער בריאה, אז ס'איז נישט מעגליך זיך אויסצו'משל'ן די בריאה מיט זייער אפוועזנהייט. וואס הייסט דאס אז חלל, ליידיג פלאץ, פוסטקייט איז נישטא? וואס מיינט אז נישטא קיין פריער, יעצט און שפעטער? פרובירט זיך מצייר זיין אין געדאנק "גארנישט". אבער פארט, זיי זענען ברואים, וואס זענען אמאל, בטרם כל יציר נברא, נישט געווען. איינשטיין האט מחדש געווען אז ווען עמיצער רעדט פון צייט אדער פלאץ, מוז מען באלד וויסן ביחס צו וואס. סתם צייט און ארט כשלעצמם איז דאס זעלבע ווי רעדן פון הויכקייט/נידעריגקייט און הייס/קאלט, אן צוגעבן ווער עס רעדט אדער צו וועמען מען רעדט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?

דער אשכול פארמאגט 168 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר