דאס פאראייניגטע אידישע קעניגרייך

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

דאס פאראייניגטע אידישע קעניגרייך

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]יהושע בן נון דער נאכפאלגער פון משה רבינו, האט אריבער-געפירט די אידן דעם ירדן – און ער האט באזעצט די אידן אין ארץ ישראל. דאס לאנד איז געווארן איינגעטיילט אויף עלף טיילן, און יעדע טייל איז געווען ווי א זעלבסט-שטענדיגער לאנד פאר זיך. ס'איז געווען א לאנד ראובן, א לאנד יששכר, א לאנד דן, א לאנד יהודה, אד''ג. שבט לוי האט נישט באקומען קיין אייגן לאנד, זיי האבן געוואוינט פארשפרייט איבער גאנץ ארץ ישראל. דאס האט אזוי אנגעהאלטן ביז צו די צייטן פון שאול המלך.

די טעג פון קעניג שאול:
שאול איז געווען די ערשטער קעניג וועלכע האט געקעניגט אויף אלע שטאטן אין ארץ ישראל געמיינזאם. ער האט געדינט אלס דער ערשטער קעניג אויף א מעכטיגן פאראייניגטן קעניגרייך אין ארץ ישראל. דאס איז געווען א שטאלץ און א עהרע פאר די שטאטן פון מנשה און אפרים, ווארום שאול איז דאך געווען פון לאנד בנימין, וואס זיי שטאמען פון די צווייטע ווייב פון יעקב רחל - גענוי אזוי ווי זיי, און נישט פון יעקב'ס ערשטע ווייב, לאה. אבער ווען שאול האט זיך דערוויסט אז שמואל הנביא איז געגאנגן אונטער זיין ריקן קיין בית לכם – יהודה, און אויפן באפעל פון השי''ת געזאלבט דוד פאר קעניג אויף די פאראייניגטע אידישער קעניגרייך אין ארץ ישראל , איז אים דאס בייז-בלוט פארלאפן אין קאפ.
שאול האט איינגעשפאנט די גאנצער אידישער ארמיי, אין שפיץ פון זיין פעלד מארשאל דער בארימטער אידישער העלד אבנר בן נר, צו פארפאלגן דוד און אים צו פארניכטן. די אידישע ארמיי האט נאכגעיאגט דוד פון די היילן אין עדלם ביז צו די וויסטענישן פון צקלג. שאול איז געווען אויסן אז די פאראייניגטע אידישע קעניגרייך זאל פארבלייבן אין די הענט פון די קינדער פון רחל אויף שטענדיג, ער האט געזען אין דוד א דירעקטע געפאר אז די אידישע קעניגרייך וועט עווענטועל אריינשפילן צום לאנד יהודה וועלעכע שטאמען פון לאה, און ער איז געווען פעסט אנטשלאסן דאס צו פארמיידן.
נעמליך, די אלע טאקטיקן פון שאול צו פארזיכערן אז דאס קעניגרייך פארבלייבט ביי בנימין, האבן זיך באשיימפערליך נישט אויסגעארבייט. שאול מיט זייינע דריי זון יהונתן, מלכישוע, און אבינדב, זענען טראגיש געפאלן אין שלאכט מיט די פלישתים. און דער פעלד-מארשאל אבנר בן נר האט דאן געקרוינט דאס יונגסטער זון פון שאול, איש בושת, אלס קעניג אויף די פאראייניגטע אידישע קעניגרייך אין ארץ ישראל. אבער די מענטשן פון יהודה האבן זיך אויף קיין פאל נישט געוואלט אנשליסן אין די קעניגרייך פון איש בושת, זיי האבן ארגומענטירט מיט רעכט, אז זייער לאנדסמאן דוד, איז געזאלבט געווארן דורך ג-ט צו דינען אלס דער קעניג אויף די פאראייניגטע אידישע קעניגרייך אין ארץ ישראל. דערפאר האבן זיי אין א דראסטישער שריט זיך גענצליך אפגעריסן פון די פאראייניגטע אידישע קעניגרייך. זיי האבן דעקלערט חברון אלס זייער הויפט שטאט, און זיי האבן אויפגענומען דוד פאר זייער קעניג. דוד האט געקעניגט אין חברון פאר זיבן יאר.
די פייערדיגע פאליטיק צווישן יהודה און שומרון - וואס האט דעמאנירט דאס אידישער לעבן אין ארץ ישראל פאר די נאכפאלגנדע יארן הייבט זיך אצינד אן צו אויסצושפילן.

די טעג פון קעניג דוד
דאס קעניגרייך פון איש בושת איז געווארן שוואכער און שוואכער מיט יעדע פארבייגענדע טאג. די שריט וואס אבנר האט פראבירט צו פארשטארקן די קעניגרייך פון איש בושת האבן זיך נישט אויסגעארבייט. און די אינטריגעס פון דער פעלדמארשאל פון דוד, גענעראל יואב בן צרויה, האבן צוגעפירט צו דעם אז די קעניגרייך פון יהודה האט באקומען אלס מער און מער מאמענטום ביי די אנדערע שטאטן אין ארץ ישראל. מער און מער שטאטן האבן זיך ביסלעכווייז אנגעהויבן איינצושליסן אין די קעניגרייך פון יהודה, און אין בלויז זיבן יאר נאכן טויט פון קעניג שאול, איז דוד איינשטימיג געקרוינט געווארן אלס קעניג איבער דאס פאראייניגטע אידישע קעניגרייך אין ארץ ישראל! פאר גאנצע זיבן און פערציג יאר האט דוד פון לאנד יהודה געקעניגט אויף אלע שטאן אין ארץ ישראל. דוד האט דאן אריבערגעצויגן זיין הויפט-שטאט פון חברון צו עיר דוד - וואס איז שפעטער געווארן א טייל פון די לעגנדארע אידישער הויפטשטאט, ירושלים.
דוד האט געקעניגט מיט א שטארקע האנט. אפגעזען פון די אויפשטאנדן מיט וועלכע ער האט זיך נאכאנאנד געדארפט פארמעסטן – ווי די אויפשטאנד פון שבע בן בכרי פון לאנד בנימין, וועלכער האט דעקלערט: אין לנו חלק בדוד ואין לנו נחלה בבן ישי – און אויך די פוטש פון זיין אייגענעם זון אבשלום, האט דוד מער-ווייניגער געפירט זיין קעניגרייך מיט שטארקע האנד. יהודה האט דאָמינירט אלע שטאטן אין ארץ ישראל, און אפילו אויך די ארומיגע לענדער, אמון, מואב, אדום, און צידון.

די טעג פון קעניג שלמה:
נאכן טויט פונעם העלדישער קעניג דוד, האט זיין זון שלמה פאַרנומען דעם טראָן, און ער איז איינשטימיג געקרוינט געווארן אלס קעניג איבער די פאראייניגטע אידישער קעניגרייך אין ארץ ישראל. די צייטן פון שלמה ווערן פאררעכנט אלס די בעסטע צייטן וואס אידן האבן נאר אמאל גענאסן אין ארץ ישראל. יעדער איז געזיצן רואיג אונטער זיין פייגן בוים און אונטער זיין וויינגארטן, און גאלד האט נישט פארמאגט קיין ווערד צוליב דאס איבערפלוס פון גאלד... עס זענען נישט געווען קיין מיליטערישע געפעכטן... יעדער האט געהאט אלעס וואס ער געברויכט... אבער איין זאך... שלמה האט שרעקליך באלעסטיגט די אידישע שטאטן מיט שווערע שטייערן. ( בלויז זיין שטאט יהודה, איז געווען באפרייט פון צאלן שטייער ) ער האט זיך נאכאנאנד גענויטיגט אין אומהויערע סומעס געלט צו קענען דעקן זיינע פילע בוי אונטערנעמונגן איבערן גאנצע לאנד. אבער דאס פאלק האט אים דאס פארקוקט... אבער נישט ממש יעדער...
ירבעם בן נבט פון אפרים, וועלכער האט געדינט אלס דער ארבייטער-אויפזעער אויף די שטאטן פון יוסף, מנשה אפרים און בנימין, האט זיך נישט אפגעהאלטן צו שארף קריטיקירן שלמה אויף זיינע טהאטן, ער האט שארף געטאדעלט שלמה צוליב דעם וואס ער האט פארבויעט די מויערן וואס דוד האט אויפגעבראכן, אז די עולי רגלים זענען קענען לייכטער אריינקומען אין ירושלים, און בלויז צוליב דעם וואס ער האט געוואלט בויען א פאלאץ פאר בתיה די טאָכטער פון פרעה וואס ער האט געהייראט.
ווען שלמה האט געהערט אז דער געטליכער נביא אחיה השילני – האט פארגעזאגט אז דאס פאראייניגטע אידישע קעניגרייך אין ארץ ישראל גייט צושפלינטערט ווערן צו צוויי באזונדערע קעניגרייכן, און אז ירבעם בן נבט וועט אין די צוקונפט קעניגן אויף די אפגעטיילטע שטאטן פון יהודה, האט ער אים געוואלט הרג'נען, אבער ירבעם האט צייטליך באוויזן צו אנטלויפן קיין מצרים, און פרעה די קעניג פון מצרים האט אין געשאנקן זיין שוועסטער די פרינצעסין תחפניס פאר א ווייב. ירבעם איז אזוי אפגעזעצן אין מצרים ביז שלמה איז געשטארבן, און זיין זון רחבעם האט איבערגענומען דאס פאראייניגטע אידישע קעניגרייך. עס איז כדי צו באמערקן, אז דאס קרוינונג פונעם נייעם קעניג רחבעם איז פארגעקומען אין די שטאט שכם וואס געפינט זיך אין לאנד אפרים, און נישט אין ירושלים וואס איז אין לאנד יהודה – דאס איז געווען צו סימבאליזירן דאס פאראייניגטע אידישע קעניגרייך אין ארץ ישראל – וואס האט זיך שוין דאן היפש געוואקלט.

רחבעם און ירבעם:
ווען ירבעם האט געהערט אז זיין ערכי-פיינט שלמה איז געשטארבן אין ירושלים, האט ער זיך באלד אומגעקערט פון מצרים צו זיין היימלאנד אפרים. און ווי נאר ער איז אנגעקומען האט ער באלד אנגעהויבן ארגאניזירן זיין געפלאנטער אויפשטאנד קעגן דאס הויזגעזונט פון דוד. ער האט איינגעזאמלט די עלטסטע פון פאלק און ער זעלבסט איז געשטאנען אין שפיץ, און זיי האבן זיך געשטעלט פארן קעניג רחבעם. זיי האבן געפאדערט פון אים אז ער זאל עטוואס נאכלאזן פון די שווערע שטייערן וואס זיין פאטער שלמה האט אויף זיי ארויפגעלײגט. רחבם האט זיך נישט צוגעהארכט צו זיינע עלטערע און ערפארענע ראטגעבער, און ער טראציג אפגעזאגט דאס פארלאנג פון פאלק. אין רעזולטאט האבן צען שטאַטן פּראָקלאמירט: מה לנו חלק בדוד? ולא נחלה בבן ישי לאהליך ישראל! – און זיי האבן ספאנטאן זיך אפגעריסן פון יהודה, און זיך דעקלערט אלס א זעלבסטשטענדיגער קעניגרייך אומאָפּהענגיק פון יהודה און בנימין. זיי האבן געקרוינט ירבעם אלס זייער קעניג, און די הויפטשטאט פון מלכות פון ישראל איז געווען די שטאט פון שכם אין לאנד אפרים. דאס ווייטאגליכער טיילונג פון די אידישע קעניגרייך, פון וועלכע מאנכע האבן אזוי מורא געהאט, איז ווירקליך צושטאנד געקומען. פון דאן אן אנגעהויבן האבן אין ארץ ישראל עקזיסטירט צוויי באזונדערע קעניגרייכן, יהודה אין דרום און שומרון אין צפון.
רחבעם האט דאס אויף קיין פאל נישט געהאלטן ביים פארשווייגן, און ער האט זיך געגרייט ארויס צו גיין אין קריג מיט ירבעם. אבער דער נביא שמעיה איז באלד געקומען צו לויפן און אים געווארנט אז ער זאל דאס נישט טאן, ווייל אז יא וועט ער האבן א טראגישן ענדע. רחבעם האט טאקע געפאלגט דעם נביא און ער איז דאן נישט ארויס אין קריג קעגן ירבעם, אפגעזען פון דעם אז ער האט שוין געהאט מאביליזירט א מעכטיגע ארמיי פון הונדרעט און אכציג טויזענט מאן פון יהודה און בנימין, פולקאם גרייט ארויסצוגיין אין קאמף.
צווישן די קעניגרייכן פון יהודה און ישראל האט זיך אנטוויקלט א אומהויערע פיינטשאפט. דאס פיינטשאפט איז געווען אזוי גרויס, אזש ירבעם האט פארבאטן פאר די אידן אין שומרון ארויפצוגיין קיין ירושלים. ער האט געשטעלט באוואפנטע וועכטער אויף אלע שטראזן וועלעכע פירן קיין ירושלים, וועלכע האבן נישט ערלויבט פאר די אידן דורכצוגיין עולי רגל זיין קיין ירושלים. און אנשטאט האט ער אויפגעשטעלט צוויי גאלדענע קעלבער איינס אין דן און די צווייטע אין בית קל, אזוי אידן זאלן האבן אן ארט וואו צו ברענגן זייער קרבנות. ער האט אפילו אויסגעטראכט נייע ימים טובים, אזוי אז די אידן פון שומרון זאלן גענצליך פארגעסן פון די קולטור פון יהודה און פון די הויזגעזונט פון דוד. דאס ווייטאגליכער פיינטשאפט צווישן די צוויי אידישע לענדער האט אזוי אנגעהאלטן, ביז די איינוואוינער פון די לענדער פון שומרון זענען גענצליך פארטריבן געווארן פון זייער וואוינארט אין ארץ ישראל - דורך סנחריב דער קעניג פון אשור.
אין די צייטן פון קעניג רחבעם איז טאקע נישט פארגעקומען קיין מיליטערישע קאָנפראָנטאציעס צווישן יהודה און שומרון, אבער א צייט שפעטער ווען זיין זון אֲבִיָּם איז שוין געזיצן אויפן קעניגליכער טראן, האבן זיך די צוויי אידישע לענדער שוין יא פארמאסטן מיליטעריש, און נישט איינמאל נאר צוויי מאל.

דאס ערשטע אידישער בירגער קריג:
ביידע אידישע קעניגרייכן האבן דורכגעפירט מאסיווע מאביליזאציעס אין זייער לענדער. די ארמיי פון יהודה איז באשטאנען פון פיר הונדרעט טויזענט גוט מושטירטע זעלנער, און די ארמיי פון ישראל איז געווען דאפלט אין מאס – ירבעם האט באוויזן צו מאביליזירן אכט הונדרעט טויזענט זעלנער. די לופט האט געשמעקט פון שיס פילווער, ביידע זייטן האבן זיך געגרייט זיך צו ווארפן איינע אויפן צווייטן מיטן גרעסטן מאס קראפט. אט שפאנט דער קעניג אביה ארויף צום שפיץ פון בארג צמרים, און הייבט אן מיט א װאַרעמע רעדע צו די אידישע זעלנער פון שומרון, וועלכע זענען געשטאַנען אונטען אין טאל:
הער מיר אויס ירבעם און גאנץ ישראל – איר דארפט דאך פון דעם צו וויסן, אז דער באשעפער דער גאט פון די אידן האט געגעבן קעניגרייך פאר דוד אויף די אידן אויף שטענדיג, פאר אים און פאר זיינע קינדער מיט א זאלץ-בונד. און ירבעם בן נבט דער קנעכט פון שלמה דער זון פון דוד איז אויפגעשטאנען, און ער האט זיך אַרומגערינגלט מיט א באנדע ליידיג-גייער און אויסווארפן, און זיי האבן זיך געשטארקט אויף רחבעם דער זון פון שלמה. און רחבעם איז נאך דאן געווען יונג און ווייכהארציג, און ער האט זיך נישט געשטארקט אויף ענק... און אצינד טראכט איר, זיך צו שטארקן אויף די קעניגרייך פון השי''ת אונטער די אייניקליך פון דוד, און איר זענט א גרויס פאלק, און איר האט מיט אייך די גאלדענע קעלבער וואס ירבעם האט געמאכט פאר ענק א אפגאט... דער באשעפער איז מיט אונז, און זיינע כהנים מיט זייערע טראמפייטער זענען דא מיט אונז צו שאלן קעגן אייך. אידישע קינדער פירט נישט קיין קריג מיטן באשעפער - דער באשעפער פון אייערע עלטערן, ווארום איר וועט נישט האבן קיין ערפאלג...
דער פרימער קעניג שטייט און רעדט נאך דארט אויבן אויפן בארג, און ירבעם הייבט שוין אן ארויסצוגעבן מיליטערישע באפעלן פאר זיינע פעלדמארשאלן און הויכראנגיגע אפיצירן. ירבעם האט אין געהיים באפוילן פאר א טייל פון זיין ארמיי צו פארכאפן פאזיציעס אונטערוויילעכס פון די לאגער פון יהודה, און ווי נאר די זעלנער זענען פון זענען שוין געשטאנען גרייט אין פאזיציע, האט ירבעם געגעבן דאס באפעל אנצוהייבן מיטן קאמף. די מיליטער פון יהודה איז געכאפט געווארן אין א טאטאלע איבעראשונג, זיי האבן זיך דערזען אין א קאמף פון פארנט און פון אונטערוויילעכס... די כהנים האבן זיך גענומען שאלן מיט זייער טראמפייטערס, און די זעלנער פון יהודה האבן געשריגן צום אויבערשטן פאר הילף... און דער באשפער האט זיי נישט טאקע אנטוישט ווי שטענדיג, און דאס רעדל אויפן שלאכט פעלד האט זיך דראסטיש א דריי געטאן, און די זעלנער פון יהודה האבן אנגעגריפן מיטן גאנצן כוח, זיי האבן העפטיג אפגעשלאגן די זעלנער פון ישראל, די שלאכטן זענען געווען מורא'דיג... די זעלנער פון ישראל האבן זיך אנגעהויבן צוריקציען סטראטעגיש אבער ס'האט זיי גארנישט געהאלפן, יהודה האט אויסגע'הרג'עט פון זייער אידישן ברודער פינף הונדרעט טויזענט מאן! דאס הערט זיך ווי א שרעקליכער ציפער. שומרון האט טאקע דאן איינגענומען א מעכטיגע נידערלאגע, אבער מלכות ישראל איז געווען ווייט פון אויפגעלעזט... אזויפול יא, עס איז געלונגן פאר אביה צו פארכאפן געוויסע סטראטעגישע שטעט פון שומרון וועלכע ער האט אנעקסירט צום לאנד יהודה.

יהושפט און אחאב
מיט יארן שפעטער, אין די צייטן פון די קעניג פון יהושפט דער קעניג פון יהודה, האט אין שומרון געקעניגט דער מעכטיגער קעניג עמרי. אין די טעג פון די דאזיגע צוויי קעניגן האבן זיך די שווארצע העסליכע כמארעס זיך אנגעהויבן עטוואס אויסצוקלארן. ווארעמע שטראלן פון די זון פון ליבע האבן אנגעהויבן אריינצודרונגן אויף די בערג פון יהודה און שומרון. נאך לאנגע יארן פון שטרייטן און אנגעצויגנקייט, האט קעניג יהושפט באוויזן אנצוקניפן נאנטע באציאונגן מיט עמרי דער קעניג פון ישראל. די באציאונגן צווישן יהודה און ישראל האבן זיך אפילו נאכמער פארשטארקט אין די טעג פון זיין זון אחאב דער גרויסער. יהושפט און אחאב האבן זיך אפילו משדך געווען צווישן זיך – פרינצעסין עתליה די טאכטער פון אחאב האט געהייראט פרינץ יהורם דער זון פון יהושפט... אבער דאס פרידן צווישן יהודה און שומרון האט בלויז אנגעהאלטן פאר זייער א קורצע צייט...

דאס שרעקליכער מאסן-מארד:
אין די טעג פון אחז דער קעניג פון יהודה, האבן די מעכטיגע ארמייען פון ארם – אונטער די קאמאנדא פון רצין דער קעניג פון ארם, געשטורעמט די שטעט פון יהודה. און אינאיינעם מיט די ארמיי פון ארם, האט זיך אויך אנגעשלאסן די אידישער ארמיי פון שומרון, אין שפיץ פון זייער קעניג פקח בן רמליהו. די דאזיגע צוויי ארמייען האבן דורכגעפירט א שוידערליכער בלוט-באד אין יהודה – הונדרעט טויזענט זעלנער פון יהודה זענען ברוטאליש אויסגע'הרג'עט געווען אין בלויז איין איינצעלן טאג. צווישן די אומגעקומענע זענען אויך געווען דער זון פון קעניג מעשיהו – ער איז גע'הרג'עט געווארן דורך זכרי דער העלד פון אפרים. און עזריקם דער שעף פונעם קעניגליכער פאלאץ אין ירושלים, און אויך אלקה דער צווייטער צום קעניג. ס'איז נעבאך געווען א שרעקליכע טראגעדיע אין יהודה, די ערד איז געווען אויסווייקט מיט אידיש בלוט.
אבער אפגעזען פון דאס שרעקליכער מאסן מארד וואס האט אויפגעטרייסלט יעדענס הארץ, האט זיך אויך ארויסגעשטעלט אז איד אין סיי וועלכע מצב ער איז פארמאגט ער פארט א אידישע נשמה...

הומאנעריאיסטישע הילף:
דורכאויס די שלאכטן, האבן די זעלנער פון שומרון באוויזן צו נעמען אין געפענגניש צוויי הונדרעט טויזענט ווייבער, זון, און טעכטער פון יהודה. און די אידישע זעלנער האבן זיי געוואלט ברענגן קיין שומרון, אבער דער נביא עודד האט זיי שארף געטאדלט מיט רייד אז זיי זאל דאס חלילה נישט טאן. אין רעזולטאט פון די רייד פונעם נביא, האבן זיך די אידישע גענעראלן – הויפטזעכליך פון אפרים, קאמנדיר עזריה בן יהוחנן, קאמאנדיר ברכיהו בן משלמות, קאמאנדיר יחזקיהו בן שלם, און עמשא בן חדלי, אויפגעשטעלט און אפגעהאלטן ארייינצוברענגן די געפאנגענע פון יהודה קיין שומרון... און נאך מער, די אידן פון שומרון האבן אנגעקליידעט די נאקעטע, געגעבן שיך פאר די בארפעסע, געגעבן עסן פאר הונגעריגע, טרינקן פאר די דארשטיגע , באלאמזירט די פארוואנדערטע, און דערנאך זיי אפגעפירט אויף אייזלן צו די שטאט יריחו צו זייערע ברודער און שוועסטער אין יהודה, און זיי האבן זיך באלד צוריקגעקערט קיין שומרון.
נישט לאנג דעראויף אין די טעג פון הושע בן אלה, איז דער מעכטיגער קעניג סנחריב ארויפגעקומען פון זיין לאנד אשור, אינאיינעם מיט זיין מעכטיגער ארמיי, און ער האט גענצטליך פארטריבן די צען שבטים פון ארץ ישראל - וואו זיי האבן געוואוינט זינט די צייטן פון יושע בן נון. און ביז צום היינטיגן טאג ווייסט מען נישט וואו זיי געפונען זיך. מלכות ישראל וואס האט אנגעהלטן ארום 200 יאר, האט אויפגעהערט צו עקזיסטירן.

תשעה באב ביינאכט קלאגן מיר מיט גרויס געוויין... שׁוֹמְרוֹן קוֹל תִּתֵּן מְצָאוּנִי עֲוֹנַי, לְאֶרֶץ אַחֶרֶת יְצָאוּנִי בָנָי... מיר באוויינען ביטערליך די חורבן פון מלכות שומרון. וועלן מיר זיך נאכאמאל זען מיט אונזער ברודער און שוועסטער פון שומרון? וועלן מיר זיך אמאל ווארפן אויף זייער העלצער מיט ליבשאפט? וועלן מיר זיך נאכאמאל איבערבעטן מיט זיי? הערט וואס דער נביא יחזקאל האט צו זאגן איבער דעם.

די נבואה פון יחזקאל:
ס'איז געווען די רייד פון באשעפער צו מיר. דו מענטש, נעם א שטיק האלץ, און שרייב אויף איר אויף די פאלגענדע ווערטער: ליהודה ולבני ישראל חברו. דאן נעם א צווייטע שטיק האלץ, און שרייב אויף איר אויף ווי פאלגענד: ליוסף עץ אפרים, וכל בית ישראל חברו. און דאן שטעל זיי ביידע צוזאם. און ווען די קינדער פון דיין פאלק וועלן דיך פרעגן, וואס איז דאס פאר דיר? זאלסטו זיי ענטפערן: אזוי האט זאגט גאט, איך נעם דאס האלץ פון יוסף וואס איז אונטער די קעניגרייך פון אפרים, אינאיינעם מיט די אנדערע שבטים, און שטעל דאס ארויף אויף די האלץ פון יהודה, און בדרך נס וועלן ביידע העלצער פארוואנדלט ווערן צו איין שטיק האלץ. און דער אויבערשטער פירט אויס צו יחזקאל: זאג פאר די אידישע קינדער.. אזוי זאגט גאט: איך גיי נעמען די אידן פון מלכות אפרים פון צווישן די פעלקער וואו זיי זענען געגאנגן, און איך גיי זיי ברענגן צו זייער היימלאנד – ארץ ישראל, און אויך די קינדער פון יהודה. און איך גיי זיי פארוואנדלן צו איין גרויס פאלק אויף די בערג פון ישראל, עס וועט מער נישט עקזעסטירן קיין צוויי קעניגרייכן, און עס וועט בלויז זיין איין קעניג, און דאס גייט זיין משיח בן יוסף. אזוי צו זאגן: אז ערשט גייט גאנץ כלל ישראל – סיי יהודה און סיי אפרים זיך פאראייניגן צו איין גרויסע קעניגרייך אונטער משיח בן יוסף. אזוי ווי אין די פארגאנגנהייט ווען גאנץ כלל ישראל איז געווען פאראייניגט אונטער איין קעניג פון די קינדער פון רחל, דער קעניג שאול. און שפעטער ווען משיח בן יוסף וועט פאלן אין די שלאכטן, וועט גאנץ כלל ישראל – סיי די דרום שטאטן אין יהודה און סיי די צפון שטאטן אין אפרים, זיך פאראייניגן אונטער משיח בן דוד, וועלכע וועט קעניגן אויף אלע אידן געמיינזאם אין ארץ ישראל אויף שטענדיג. און דאס פאראייניגטע אידישע קעניגרייך אין ארץ ישראל, אונטער די קעניגרייך פון משיח בן דוד וועט שוין פארבלייבן אויף שטענדיג, און די קריגערייען צווישן די קינדער פון רחל און די קינדער פון לאה וועלן זיין היסטאריע...

לאמיר זיך איבערבעטן ברודערליך... לאמיר זיך אומקערן אהיים...
וואס איז געווען איז געווען... וואס ס'איז געשעהן און געשעהן...
לאמיר זיך אומקערן אהיים...[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר