אמונה בעת צרה (לכבוד תגובה מספר 1000)

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1296
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2394 מאל

אמונה בעת צרה (לכבוד תגובה מספר 1000)

שליחה דורך תרמב »

היות איך קום יעצט אן צו תגובה מספר אלף וועל איך שרייבן א שטיקל כתבה בנושא האמונה וואס קומט פון די ערשטע פון די עשרת הדברות אנוכי ה' אלקיך.

איך פרוביר זיך צו דערגרינטעווען וואס אמונה מיינט בכלל, מ'זאגט נאך פון פארשידענע צדיקים אז אין די פערשט צייטן פון משיח'ס אנקומען וועט מען זיך שטארק מוטשענען מיט אמונה, ממש מ'וועט זיך דראפעווען אויף גראדע ווענט, דארף מען זעהן וואס דאס איז, ווען א מענטש גייט דורך שוועריקייטן קומט שטארק אריין דער עניין פון אמונה און בטחון ווען ס'קומט א צרה דארף מען זיך שטארקן מיט אמונה און בטחון עס צו קענען אריבער שווימען, הגם די צייט זיך צו בויען די אמונה איז נישט ווען מ'איז שוין אין טראבל, דעמאלטס איז שוין שווערער זיך צו מחזק זיין אין די אמונה, מ'דארף זיך אויסבויען ווען אלעס שיינט און גלאנצט, אזוי ווען מ'כאפט א שנעלקע און זאכן גייען שיעף זאל מען עס דורכשוויצן מיט די מינומום שעדיגונגען, דורך די אמונה וואס מ'האט.

אמונה טייטשט גלייבן - טראסט, מ'דארף גלייבן אין גאט ברוך הוא, דאס איז א רויע אפטייטש פון אמונה, די חיוב פון גלייבן בויעט זיך פון די ערשטע דיבור פון די עשרת הדברות אנוכי השם אלוקיך, דער אייבירשטער פארלאנגט אז אונז זאלן גלייבן אין אים אז ער עקזיסטירט און ער איז איינציג און אז ער האט אונז ארויסגענומען פון מצריים.

ס'איז א מחלוקת צו אמונה ווערט אריינגערעכנט אין מניין המצוות, דער רמב"ן רמב"ם און ספר החינוך האלטן אז עס פון די תרי"ג מצוות, דער בה"ג האלט אז נישט אבער דער רמב"ן שרייבט אז דער בה"ג האט געהאלטן אז דאס איז די יסוד צו אלע מצוות, אן דעם איז די מצוות גארנישט ווערט.

אמונה טייטש גלייבן, דאס הייסט אז מ'ווייסט קלאר , זעהן מיט די אויגן הייסט נישט געגלייבט, די שאלה איז אויב ס'איז שייך געווען פאר כלל ישראל ביים בארג סיני צו גלייבן, זיי האבן דאך געזעהן ווי די באשעפער באווייזט זיך צו זיי, האבן זיי נישט געקענט מקיים זיין די מצווה, אפשר קען זיין אז גלייך נאכן זעהן האט שוין געקענט אריינקומען ספקות אין וואס מ'האט געזעהן אז מ'האט שוין געדארפט צוקומען צו אמונה.

ס'איז דא צוויי סארטן אמונה, ס'איז א שטיקל מחלוקת וואס ס'איז וויכטיגער אנצוהאלטן, איינס איז אמונה דורך חקירה, דאס הייסט אז דער אייבירשטער וויל אז מ'זאל גלייבן אין אים און מ'זאל צוקומען צו די הכרה אז ער עקזיסטירט, רוב ראשונים האבן געהאלטן אז מ'דארף זיך שטארק אריינטון דערין ריכטיג צו וויסן איבער די באשעפערס עקזיסטענץ וואס דאס טוט מען דורך גרינטלעך שטודירן פילאזאפיע און אויפקומען אז ס'איז טאקע דא נאר איין באשעפער.

פון די אנדערע זייט איז דא די מהלך וואס רוב פון די שפעטערדיגע האבן זיך שטארק אנגעהאלטן דערין, דאס איז אמונה פשוטה, דאס הייסט גלייבן אינעם באשעפער ווייל די טאטע האט אזוי געזאגט, אן פרעגן קיין קשיות בתמימות ובפשיטות, ס'איז דא די באקאנטע מימרא פונעם בעל שם טוב זי"ע איך בין א נער און איך גלייב, עס ווערט געברענגט אין בני יששכר אסאך מאל ווי ער ברענגט פונעם יעב"ץ וואס האט פארציילט אז אין די צייטן פון די גירוש ספרד האבן די אלע חוקרים און פילאזאפירערס זיך געשמד זיך צו ראטעווען דאס לעבן, אבער די אלע פרויען און קינדער וואס האבן געגלייבט באמונה פשוטה האבן זיך געלאזט מוסר נפש זיין.

ס'איז אינטערסאנט די מהלך פון אמונה פשוטה היות אז דו גלייבסט אין וואס דיין טאטע זאגט דיר בלינדערהייט ביסטו דאך פונקט ווי דער מוסלמענער וואס גלייבט זיין טאטע, ביסט גארנישט אנדערש פון דער קריסט וואס גלייבט בלינדערהייט זיין טאטע, מוז מען צוקומען צו א שטיקל מהלך, ווי צום ביישפיל וואס די כוזרו שרייבט אז אונז האבן א הוכחה באמיתת התורה ווייל ס'איז א חזקה אז אין אדם מוריש שקר לבניו און זעקס הונדערט טויזנט אידן זענען געשטאנען ביים בארג סיני און מיטגעהאלטן ווי דער אייבירשטער האט זיך באוויזן צו זיין אויסדערוועלטער פאלק, און זיי האבן דאס איבערגעגעבן פאר זייערע קינדער און זיי פאר זייערע קינדער ביז אונז.

פון די אנדערע זייט אז מ'גייט מיט חקירות קען מען נישט זיין זיכער אויף גארנישט ווייל יעדן טאג קומט אויף פרישע קשיות און פרישע תירוצים אויף נעכטיגע קשיות, איז אפילו עפעס איז פארענטפערט דערזעהסטו זיך מארגן מיט א פרישע קשיא מוז מען צוקומען צו אמונה פשוטה זיך צו קענען דערהאלטן, לכאורה א שילוב פון ביידע איז די גראדסטע מהלך, אביסל זיך אריינטון אין הוכחות מציאות יתברך הוא, און זיך פארלאזן באמונה פשוטה אז די איבריגע וואס מ'פארשטייט נישט איז זיכער דא א גוטע תירוץ וואס מ'האט נאך נישט משיג געווען, ס'איז שווער צו זאגן אז די בעש"ט איז געווען ממש א נער, ער האט געמיינט צו זאגן לכאורה אז נאך אלע חכמות וואס ער האט געקענט האט ער צום סוף נאך אלץ געדארפט צוקומען צו אמונה פשוטה.

לאמיר צוגיין צום פינטל וואס איך האב געוואלט צוקומען, די נושא פון אמונה ווען מ'האט א צרה, איך האב געהערט פון א אינגערמאן א אינטערסאנטע שמועס וואס ער האט מיטגעהאלטן מיט ר' שלום מרדכי רובאשקין וואס ווי באוויסט האט זיך מחזק געווען אין תפיסה מיט די סלאגאן א ב ג, אמונה בטחון ברענגט די גאולה!, אגב מ'פארציילט איבער א צווייטער ארעסטאנט וואס מ'האט געזאגט אז ער האט אויך אזא סלאגאן פון א ב ג, אשמנו בגדנו גזלנו...

שלום מרדכי רובאשקין נאך זיין געוואלדיגע נס וואס ער האט געהאט, ווען טראמפ האט אים באפרייט פון תפיסה, איז אסאך ארומגעגאנגען איבער די וועלט צו פארשפרייטן זיין מסר כנהוג ביי די חסידות פון ווי ער קומט צו פארשפרייטן די אמונה בה' צווישן די מענטשן פון זיין פאלק, איז ער אויך געווען ביי א מסיבה פאר קינדערלאזע אידן און ער האט פאר זיי געדרשענט איבער זיין פעלזנפעסטע אמונה און בטחון וואס ער האט געהאט אינעם באשעפער אז ער גייט באפרייט ווערן פון תפיסה, און אזוי איז טאקע געווען ער איז טאקע באפרייט געווארן, האט ער געוואלט ארויסברענגען פאר די צובראכענע אינגעלייט אז מ'דארף נאר שטארק גלייבן אז מ'וועט געהאלפן ווערן און טראמפ וועט שיקן קינדער....

האט אים איינער געפרעגט דארט אזוי, דו גייסט ארום מיט א שטארקע מעסעזש אז מ'דארף גלייבן און ס'וועט זיין גוט, מיט א קלארע מעשה וואס האט פאסירט מיט דיר, קיינער האט נישט געגלייבט אז דו וועסט זיין אינדרויסן פאר 27 יאר, יעצט והנה ער איז דא פאר אונז, ארויס פון תפיסה פון איין מינוט אויפן צווייטן, אבער וואס וועסטו זאגן פאר א איד וואס די דאקטאר האט אים געזאגט אז דיין באדי קען נישט פרודיצירן קיין קינדער? אדער פאר א פרוי וואס האלט שוין נאך מענעפאוז און זי האט נישט קיין קינדער? זיי דארפן גלייבן אז זיי וועלן נאך האבן?

דו האסט געהאט א מהלך וויאזוי צו באפרייט ווערן צו אז דער קעניג זאל דיר באגנאדיגן אדער זאל געשעהן א רעוועלוציע און מ'זאל זיך איינברעכן אין די טורמע זשאנעווערי דעם זעקסטן און דיך ארויסשלעפן פון דארט, האסטו געהאט אמונה אז ס'גייט געשעהן עפעס און ס'איז טאקע געשעהן ס'איז געווען ווי די ברכה זאל חל זיין, אבער צו אזא איינער וואס קען בדרך הטבע נישט האבן קיין קינדער זאל אויך האבן אזעלעכע אמונות?

איך לייג צו אביסל שטערקער, ער האט געהאט אמונה יעדן טאג אז ער גייט באפרייט ווערן יענעם טאג למעשה איז ער באפרייט געווארן נאך זיבן יאר זיצן, אויף יענעם טאג האט ער טאקע פרוף אז אמונה ארבעט אבער זיבן יאר האט ער געהאט אמונה און ס'איז נישט געשעהן, סאו ס'ארבעט יא אדער נישט? אלא מאי איז לכאורה דא א שטיקל צומישעניש און די חיוב פון אמונה, ס'מיינט נישט אז מ'איז מחיוב צו גלייבן אז ס'גייט זיין גוט.

ס'מאכט אפילו נישט קיין סענס אז ס'איז דא א חיוב צו גלייבן א אמונה אז ס'וועט זיין גוט, האט זיך איינער אנגערופן דארט, פארציילנדיג אז א נאנטע משפחה זיינער האט זיך אויסגעדרוקט ווען זיין יונגערע שוועסטער האט אנגעהויבן ווארטן א קינד, אז איך גלייב באמונה שלימה אז דו וועסט געהאלפן ווערן ביי די טיים דיין שוועסטער וועט האבן דאס קינד, ביים אכטן ניינטן חודש האט יענער געזעהן אז ער ווערט נישט געהאלפן האט ער אנגעהויבן מורא האבן אז ער זאל נישט דארפן שיקן זיין קרובה צו אש התורה לחזק אמונתה, אמער איר גאנצע אמונה איז געשטאנען אויף הינערפוס, זי האט דאך געגלייבט באמונה שלימה אז ער גייט געהאלפן ווערן אין די קומענדיגע פאר חדשים און אז איר אמונה שלימה האט זיך נישט אויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג, וואס וועט זיין מיט איר אידישקייט? זי קען נאך אלעס אפלאזן ח"ו, אשר על כן איז לכאורה נישט דא א זאך ווי אמונה וואס מיינט אז מ'גלייבט אז זאכן גייען פארן ריכטיג.

פון די עולם'ס רעספאנס דארט ביי די שמועס מיט רובאשקין איז געבליבן אז מ'דארף גלייבן אז דער אייבירשטער איז א כול יכול און ער קען טון וואס ער וויל, ער קען מאכן א פרוי א עקרה האבן קינדער אזוי ווי מ'האט טאקע געזעהן אזעלכע מופתים ביי שרה רבקה רחל און חנה, אבער ס'מיינט נישט אז ס'גייט טאקע געשעהן.

איינער האט געברענגט א תורה איבער גלייבן אין א זאך מיט אן אמת קען צוברענגען צו א ישועה, ער האט געברענגט א עבודת ישראל אז פארדעם שטייט ביי נוח אז ער איז געווען א מקטני אמנה, ווייל ער האט געוויסט אז ער וועט נישט גלייבן אין די מבול וועט עס נישט געשעהן, און ער האט נישט געוואלט אז די מבול זאל אנקומען.

דאס איז לכאורה די תירוץ אויף די אלע מופתים וואס חסידים שוטים פארציילן אויף זייערע רבי'ס וואס קענען נישט קיין אות אבער זיי מאכן א מופת... זיי גלייבן באמונה שלימה אז א בילד פון א צדיק מאכט מייז אנטלויפן און אינספעקטארס זיך לייגן, דאס קומט ווייל מ'גלייבט מיט אן אמת, לויט דעם חשבון וואלט עס געדארפט ארבעטן מיט גוישע צדיקים אויך...

דאס איז זיכער אז דאס וואס געשעהט גוטס נאכן גלייבן איז נישט אלס שכר, ס'איז פשוט א פועל יוצא פון א דרך החיים, אז מ'גלייבט ברענגט עס צו די גוטע זאכן, און אפילו נישט האט מען די אמונה וואס העלפט ארויס זיך ספראווענען מיט די שוועריקייטן, מענטשן קוקן עס אן אזוי ווי תהילים כולל, היינטיגע צייטן איז דא פילע צעטלעך אין שול וואס שטייט איך האב געדאנקט דעם באשעפער אז איך האב זיך צובראכן מיין פוס און נישט מיין קאפ און איך בין פערציג טעג שפעטער געהאלפן געווארן אז מיין אינגל האט געטראפן זיין סילי פוטי וואס ער האט באקומען ביי אבות ובנים, אדער איך האב זיך איינגעשריבן אין תהילים כולל און גלייך געהאלפן געווארן אז מיין שוויגער האט אוועקגעווארפן איר סמארטפאון און דעם זכות האט מיין אינגערע ברודער געהאלפן געווארן מיט א צווילינג....

מענטשן מיינען אז מיט אמונה דארף עס אויך אזוי ארבעטן, איך האב געהאט אמונה, פארוואס האב איך נישט גלייך געווינען די לאטערי? די תירוץ וואס מ'וועט געווענטלעך ענטפערן וועט זיין, האסט נישט געגלייבט גענוג שטארק.... און ס'איז גראדע אמת אויך, ווען יא פרעגט ער נישט אזעלעכע קשיות... אז מ'לעבט אמתדיג מיט אמונה דארף מען נישט קיין אינסטענט ישועות, מ'גלייבט אז אלעס איז בהשגחה און די באשעפער טוט וואס ער האט אין פלאן און אז ער וויל נישט אז איך זאל באקומען וואס איך וויל, איז נישט.

ס'איז דא א מהלך וואס געוויסע ברענגען אז מ'מוז גלייבן אז דער באשעפער טוט נאר גוטס, במילא אז מ'האט צרות דארף מען גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבירשטער וועט אוועקנעמען די צרה און בדיעבד טאמער גייט עס נישט אוועק, גלייבן זיי באמונה שלימה אז פאר זיי איז גוט אזוי צו לעבן מיט די צרה.

די יסוד אז די אייבירשטער טוט נאר גוט פאר א מענטש איז נישט אזוי קלאר אין די גאר פריערדיגע מקורות, ס'שטייט אין די גמרא אז רבי עקיבא האט געזאגט אז כל מה דעביד רחמנה לטב עביד, אבער @מי אני ברענגט ארויס גאנצעטע מערכות אז עס קען געשעהן שלעכטע זאכן פאר מענטשן פשוט ווייל זיי זענען געווען אין די ראונג פלאץ און זאכן האבן געדארפט געשעהן און ס'גייט זיך נישט אפשטעלן ווייל ער שטייט דארט, דאס הייסט אז ס'איז דא א מעגליכקייט אז ס'זאל געשעהן זאכן פאר א מענטש וואס איז נישט לטובתו.

ווי נענטער צו אונזער דור ווי די סלאגאן טענק יו האשעם איז געווארן פאפולערע באמפער סטיקערס טרעפט מען די יסוד מער, אז יעדע זאך איז פאר די מענטש'ס טובה, די נושא פון צדיק ורע לו איז א טיפע סוגיא.

דאס איז זיכער אז אלעס וואס געשעהט צו א מענטש איז א חלק פון א גרעיטער קאוז, אלעס קומט במחשבה תחילה פונעם באשעפער, קען א מאמין סאך גרינגער אנעמען שוועריקייטן ווייל ער ווייסט אז די באשעפער פירט אלעס און ער גלייבט אין אים, איז אפילו אויב ער האט שוועריקייטן אין לעבן באדערט עס ווייניגער ווייל מ'גלייבט אז דאס וויל דער אייבירשטער און אז ער וויל אזוי איז עס שוין גוט.

איך האב געוויזן די מאמר פאר איינע פון די חשובי חברי השטיבל און ער האט געזאגט אז ס'איז אביסל קליינקעפיג פארן פלאץ דא, האב איך זיך געישוב'ט צו איך זאל עס ארויפלייגן, אבער איבערקוקנדיג ווי מ'איז ביזי מיט סאך גרעסערע שטותים ווי ווער ס'האט מער מענטשן וואס זענען געקומען עסן קרעפלעך ביי זייער פירער שבועות אדער אנדערע נערישקייטן האב איך דעסיידעד אז ס'גייט ארויף עניוועי, און מיט די צייט וועל איך זיך אויסברייטערן, און אויף די צוויי טויזענסטע תגובה ארויפלייגן עפעס בעסער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תרמב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר