ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב יעצט געענדיגט ליינען א בוך Proof of Heaven פון איינער א ניורא דאקטאר עבען אלכסנדר.
די נאמען פון די בוך איז אביסל פארפירעריש, ווייל ער ברענגט גאר א שוואכען ראיה צום עגזיסטענץ פון הימל אין זיין בוך. עס איז אבער זייער זייער אינטרעסאנט געווען פאר מיר, וואס איך גלויב סייווי אין דער עגזיסטענץ פון העווען.
יענער איז א ניורא-דאקטאר, וואס האט געוואוסט אז אלס אין דער וועלט פאסירט ארום די באוואוסטזיין פון א מענטשן. א חלום מיינט זיין קאפ ארבעט אויף עפעס, און א געפיל איז עפעס וואס האט מיט די קאפ פון א מענטשן. ביז איין טאג האט ער אליינס געליטען פון א שווערע מחלה, און ער איז געווען אין א קאומא. זיין קאפ האט נישט געארבעט קיין כי הוא זה נישט, אלע טעסטן האבען געוויזען אז גארנישט רירט זיך נישט דארט. און פון דעסטוועגען האט ער געהאט דעמאלס אן ערפארונג וואס ווערט נישט געשילדערט אין נארמאלע ווערטער. ווען ער איז ארויס פון די צרה, האט ער קודם אפגעשריבען זיין זכרונות, און דערנאך געליינט אנדערע געשיכטעס אין דער געביט, און ער האט איינגעזען אז עס איז זייער ענליך. זיין קאפ האט בכלל נישט געארבעט, ממילא קען מען נישט זאגען אז עס קומט פון זיין אייגענעם מוח. און פון דעסטוועגן האט ער געהאט מחשבות און געפילען. (גאר א שוואכע ראיה. די טעסטס וואס מ'האט געמאכט זענען גענצליך? ווער זאגט? אפשר זענען די מעסטערס דא שולדיג, און מיט די צייט וועט מען קענען מעסטן די באוועגונגן פון מח אנדערש?) אבער דער איבערלעבעניש זיינער איז געווען זייער הימליש, און עס גיבט אונז א בליק אויף די וועלט פון ווייטער פון אונזער קאנטשעסנעס.
דער בוך איז וויכטיג, ווייל דער שרייבער איז נישט קיין רעליגיעזער גלויביגער, וואס זוכט ראיות צו זיך. דער איבערלעבעניש זיינער איז געווען אין קעגענזאץ צו זיין גאנצע חינוך אלס א דאקטאר און זיין חברים האבען עס נישט געקענט אויסהערן און אריין נעמען. עס איז אזא אמונה פון אינטואיציע, כדברי @יאיר ידידינו, וואס דער אינערליכע מציאות זיינער האט געשפירט די געוואלדיגע איינקייט פון דער בריאה און איהר באשעפער.
ביבער האט געשריבן:ווער קען רעקאמענדירן א מעמואר אויף ענגליש?
חכימא האט געשריבן:תפוס ת' יהודי פון טוביה טענענבוים..."
הוגה האט געשריבן:One great tidbit that I learned in this book is that Chareidim are the fastest xxxxxxx. I am not kidding you. You can take it straight from the hooker’s mouth. Two hookers in Tel Aviv told this to him when he interviewed (sure…) them on the streets of Tel Aviv.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געליינט לעצטענס catch the Jew פון איינער טוביה טננבוים. ער איז אן א.ט.ד. פון בני ברק וואס וואוינט דאהי אין אמעריקא. ער איז געגאנגען קיין א"י און זיך געדרייט בעיקר צווישען פאלעסטינער און לינקע עקסטרעמיסטען און ער ווייזט אויף, מיט גרויס הומאר, ווי פיל שקרים ליגט ביי זיי.
די פראבלעם איז אבער, ער דערמאנט חרדים צוויי מאל, און זיין ליגענט איז אזוי קלאר, אזש מ'קען איהם שוין נישט גלויבען אויף די אנדערע.
איך האב אבער אסאך געלאכט.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
חכימא האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געליינט לעצטענס catch the Jew פון איינער טוביה טננבוים. ער איז אן א.ט.ד. פון בני ברק וואס וואוינט דאהי אין אמעריקא. ער איז געגאנגען קיין א"י און זיך געדרייט בעיקר צווישען פאלעסטינער און לינקע עקסטרעמיסטען און ער ווייזט אויף, מיט גרויס הומאר, ווי פיל שקרים ליגט ביי זיי.
די פראבלעם איז אבער, ער דערמאנט חרדים צוויי מאל, און זיין ליגענט איז אזוי קלאר, אזש מ'קען איהם שוין נישט גלויבען אויף די אנדערע.
איך האב אבער אסאך געלאכט.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
יא, עס האט מיר אויך געגריצלט אין די אויערן, אבער לדעתי אין בזה ללמד על הכלל כולו, ווייל ער שרייבט נישט קיין פאלשע פאקטן, נאר פאלשע פרשנות. ודו"ק.
(ר' חיים איז בימיו באמת נאכנישט געווען ידוע, און זיכער נישט אלס 'באבא')
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט