מיינע מחשבות איבער די קרישבסקי פרשה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

מיינע מחשבות איבער די קרישבסקי פרשה

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

איך בין נישט אויסן דא איבער צולייגן הרב קרישבסקי און אריינגעבן אין איהם מנה אחת אחוריים, סך הכל וויל איך דא אויסקלארן מיינע מחשבות און געפילן ארום די פרשה וה׳ יעזור שהאמת יהיה נר לעטי.

איך קען דעם ראש ישיבה און משפיע נישט פערזענליך, א בילד האב איך געזען פון איהם, דמות דיוקנו יש לדרשו לשבח, ער ענדעלט אסאך צו די בני עליה וואס זיצן אויפן מזרח וואנט, פון דער אנדערע זייט ענדעלט ער אויך אין די אידן וואס הענגן לדראון עולם אויף די ווענט פון בושה. אז מען רעדט שוין פון דן זיין א מענטש אויף זיין צורה, מוז מען קלאר מאכן אז א פעדעפייל האט נישט קיין ספעציפישע אויסזען. ביז דערווייל, האבן סייענטיסטן נאך נישט געטראפן קיין קאלאראציע צווישן געוויסע שטריכן און א מענטשס געזיכט, ביז זיין אויסזיכטן צו זיין א פעדעפייל, זיי קענען אויסקוקען ווי דיין טאטע אדער זיידע, אדער ווי דיר אליין.

בכלל. בין איך נישט זיכער אז פעדעפיליע קומט אריין דא. עס קען זיין אז די מדוברת איז שוין בא בשנים ומבוגרת בגופה, און זי האט שוין אלע סימנים פון שלמה המלך׳ס שיר השירים. איי די אמעריקאנער געזעץ זאגט אז ביז די אכצן, יום לשנה, האט מען א דין ווי א קטנה, נו דאס קען זיין ווייל מען גייט בתר רוב. לענינו ווען איינער קוקט אן דעם בילד און זאגט, יא דאס שטימט! ער זעט אויס ווי א חזיר, בארואיגט אייך, להוי ידיעה אז דאס איז געבויט אויף דיינע בייעסעס און האט מיט קיין דאטא קיין שייכות.

יעצט די גאנצע חידוש אין קאך אין די מעשה קומט פון דעם אז מען רעדט פון א איד וואס איז באקאנט פאר א לוחם מלחמת ה' ומקנא קנאותיו בפרט און ענייני סמארטפאון ואביזרייהו. מאנכע גלייבן די מעשה, מאנכע ווילן גלייבן, מאנכע גלייבן נישט די מעשה, און מאנכע ווילן נישט גלייבן. און דאכט זיך אז עס לויפט ארום צוויי שטארקען קעגענזייטיגע נגיעות, פון איין זייט וויל מען נישט גלייבן זאכן וואס מאכט די וועלט נישט פראדיקטיבל, ווייל אז מען וועט אננעמען בדבר שנזהר בו אותו צדיק, נכשל בו בעצמו, איז דאך אויס וועלט, ווייל ווער איז נעקסט? מארגן קען עס זיין דיין רבי אדער טאטע, קיינער איז נישט פארזיכערט.
פון דער אנדערע זייט איז דא די נגיעה אז עס זאל יא האבן פאסירט, אוועקצונעמן די ״הייליגער ווי דיך״ עטיטוד וואס קומט פון יענע לאגער. ווי כאילו צו זאגן אנע אינטערנעט ביסטו הרב קרישבסקי אנגעקומען, ווי איך בין נישט אנגעקומען מיט אינטרנעט, סא וואס שרייסטו זעץ זיך אראפ ,פאררייכע א זשוינט, און מאך א בורא נפשות.

עס איז דא נאך נקידות וואס לויפט דורך די מח בשעת מען הערט אזא מעשה. אבער לאמיר זיך האלטן צו די אובנדערמאנטע צוויי זייטן, לענית דעתי האט א געזונטער מענטש ביידע זייטן בנשימה אחת, אז איר זענט צופיהל גענויגט אויף איין זייט קומט עס בבחינת והשנאה או אהבה מקלקלת את הבעלענס.

לאמיר אריינקריכן און די ביידע נגיעות וואס פון זיי איז ריכטיג ,און וואס איז ווישפול טינקינג. דער צד וואס שרייט אין מח אז עס איז נישט אמת, קומט ווייל מיר ליבן פראדיקטביליטי, איז כדי צו זיין באוויסטזיניג אז פרדיקטיביליטי גייט צוזאמן מיט פראבאביליטי, דאס מיינט אז עס איז אמת אז עס איז ווייניגער פראבעבעל אז א איד ווי קרישבסקי זאל האבן באגאנגענן אזא מעשה, אבער אן אויסנאם קען אייביג זיין און עס מאכט נאך נישט די וועלט אויס פרדיקטיבעל.

וביתר ביאור אודאי קען מען אננעמן אז עס איז דא ווייניגער שאנסן אז אזא מעשה זאל פאסירן מיט ר' זלמן לייב פילאפף למשל ,ווי מיט דער עווערזש עמך איד, ווייל די אידן זענען מלומדי מלחמה מיטן יצר הרע שנדמה כהר, זיי פירן מערכות מיט אים יעדען איינציגען טאג, אזש ער האט נישט קיין מנוחה. אבער פון די אנדערע זייט ברויך מען וויסן אז דער גרעסטער צדיק קען האבן שדים און די קלאזעט.

נאכדעם איז דא די נגיעה אז עס איז יא אמת, וואס ווי ערווענט קומט פון וועלן צוריק ווארפן די פיילן פון "איך בין הייליגער ווי דיר" וואס קומט פון דארט. יעצט עס איז אמת אז זיי שיסן אזעלכע עטיטוטד, די שאלה איז נאר ווי ראצינאל די צוריק שיס איז, ווייל קרישעבסקי איז דורכגעפאלען מיינט נישט אז די אלע וואס שרייען אז סמארטפאון איז א פתח פון גיהנום פאר אידן וואס ווילן זיין ריין און עניני שמירת עיניים והברית, אז עס איז נישט ריכטיג. חיים ולדר פסלט נישט אלע טערעפיסטן, משי זהב פסלט נישט אלע עסקנים, בערלאנד פסלט נישט אלע רבנים, און קרשיבסקי פסלט נישט אלע אנטי סמארט פאון אידן.

ובדוחק קען איך זען א א שטיקל לאגיק, אז אפשר ווען קרישבסקי וואלט געהאט א סמארט פאון וואלט ער נישט געטוען וואס ער האט געטוען ווייל ער וואלט מדחה געוון זיין יצר מיט הרהרי עבירה אנשטאט די עבירה אליין, דאס הייסט אז אינטערדריקן דעם יצרא דעריות אויפן וועג וואס מחנה קרשיבסקי טוען איז פשוט נישט געזונט און רעליסיטיק און צומאל ברענט עס נאכווייען וואס קען זיין וואלט נישט געקומען ווען מען האט מער א ליבעראלא צוגאנג צו די גאנצע נושא, קען זיין. און קען אויך זיין אז אויב ארבעט עס פאר ניין און נייציג אידן און איינער קראכט לוינט זיך דאס געשעפט, נישט אזוי איז אונזער גאנצער סיסטעם אוועק געשטעלט ?.

יעצט צו קרישבסקי האט געוואלט א קליניג לעדי, אדער א טעקסי דרייווערטע פאר דאס ווייב צום מקוה, אדער ער האט געזוכט א שידוך פאר בחור מיט א סמארט פאון, אדער האט מען אים סתם אזוי פארטוישט מיט א צווייטע צעלאטשטע בארד, איז נישט נוגע ווייל די נקידות זענען אדער ריכטיג אדער נישט, מען ברויך נאר זיין באוויסטיזניגט און אפען אנערצוקענען אונזער נגיעות מחשובות און רצונות און זוכן דעם אמת אויף וויפיל עס אזי שייך און יעדע זאך.

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר