ווער איז דער רבי שבתי? זיין פארגאנגענהייט איז איין שטיק מיסטעריע. קיינער ווייסט נישט זיין פאמיליע נאמען. אפילו רבי יענקל קליין און רבי הערשל קעניג קענען אים נאר ביי זיין ערשטע (אויב ס'איז זיין עכטע) נאמען. אויף ווי ווייט מ'ווייסט, פארמאגט ער נישט קיין קרוב וגואל נעבעך. די חברה אויף ברייערוואד זענען געווען זיין איינציגסטע פאמיליע.
ער איז געווען אן אויסערגעוועליכע שטילע, אזא נחבא אל הכלים, כמעט וואס מ'האט א מוק ארויסגעהערט פון זיין מויל, ממילא איז שווער עכט צו וויסן ווער ער איז געווען. אבער פון די ביסל וואס מ'האט יא געזען האט מען געוויסט אז ער רעדט קיינמאל ביי דאווענען, מתחילה ועד סוף. קיין סך האט ער נישט געגעסן, נאר אביסעלע פון די טעלער וואס גוטהארציגע אידן פלעגן אים אנגרייטן, מיט אביסעלע וואסער. זהו. ער פלעגט זיך אלץ דרייען צווישן די ביימער טיף אריין אונטער דער שול און פראווען התבודדות.
דעם זינטאג האבן אים עטליכע געטראפן אין א גאר שווערע צושטאנד, און זיי האבן אים שנעל אפגעפירט צו א קליינע לאקאלע שפיטאל אויף 59 נעבן רעמסען. אבער דער דאקטאר האט אים נאר געקענט באקוועם מאכן פאר די פאר שעה ביז ס'איז יצאה נשמתו.
ס'דא מערערע שפעקולאציעס, צווישן זיי אז ער איז א גלגול וואס איז אראפגעקומען אויף עפעס א ספעציעלע תיקון. אנדערע האבן געטענה'ט אז מען קען שפירן עפעס א העכערע נשמה דא. דאס איז זיכער, א מיסטעריע איז ער געווען, א גרויסע מיסטעריע.
נו, זאל ער האבן א תיקון, וואס שטערט עס מיר? און נאכדעם, אז זיין קבר וועט פארוואנדעלט ווערן אין א תל תלפיות וואו אידן טרעפן ישועות, וועם קען דאס דען שאטן? אדרבה, דע מאר דע מעריער.
זכותו יגן עלינו.
.