עין רואה ואוזן שומעת, וכל מעשיך בספר (הפנים) נכתבים!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24502 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

עין רואה ואוזן שומעת, וכל מעשיך בספר (הפנים) נכתבים!

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז דאך א דבר ידוע אז גוגל האט (כמעט) בראשית דרכם אנגעהויבן נאכצוקוקן און האלטן חשבון פון די אלע מענטשן וועלכע ..."קליקן"... אויף זייער וועבסייט פאר אינפארמאציע. נאכדעם גייען זיי און פארקויפן די דאזיגע אינפאו פאר פארשידענע ביזנעסעס פאר גוט געלט.

למשל איך האב אמאל געקליקט אויף יו טיוב װעגן אינפארמאציע איבער א געוויסן פלאמבינג ריפעיר. האביך געהאלטן (פאר א לאנגע צייט) נאכדעם אין איין באקומען עדס פון פלאמבינג סופליי קאמפעניס. בערך א יאר צוריק האביך געקליקט וועגן אינפארמאציע אויף געוויסע טולס, איז ארויפגעקומען די נעמען פון 3 קאמפעניס וועלכע פארקויפן די מיני טולס. איינס פון זיי הייסט ..."הארבאר פרעיט"... איך באקום נאך ביז היינט עדס פון זיי. למעשה זענען זיי געווען די טייערסטע.

לעצטנס האביך אנגעהויבן באקומען עדס אין ספאניש אויף א אידישע וועבסייט. ס'איז דא א וועבסייט וואס זאגט די זמנים פון שחרית, סוזק"ש און אנדערע זמנים לויט די פ' השבוע און לויט דעם ענגלישן קאלענדאר. האביך געוואלט דערגיין פארוואס פונקט איך, און פארוואס אין ספאניש, ביז כ'האב געכאפט אז די לעצטע שטיק צייט קליק איך א סאך אויף גוגל טרענסלעיט אויף ספאניש.

ווער ס'ווייסט נאך פון קעיסעס וואס מ'באקומט געוויסע (טארגעטעד) עדס נאכ'ן זוכן אינפארמאציע ווערט געבעטן זיך אנצורופן...!

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר