נס חנוכה - חזרה מלכות לישראל

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
קרן זוית
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 382
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 896 מאל

נס חנוכה - חזרה מלכות לישראל

שליחה דורך קרן זוית »

ישראל לשממה
יקם סערה לדממה

ביי אונז אין לאנד
באמת א שאנד

תחת היונים
שלטון זרים

גוזר גזירות
אויף אלע חצרות

מיר האבן טאקע א בית מקדש
אבער אונטער א כיבוש

להשכיחם תורתך
וכל קדושיך

צייט פאר גבורה
לאמיר מאכען א מרידה

הערטס אויס בנים
גענוג מיט די יונים

מתתיהו דער העלד
דארט אין פעלד

ארויסטרייבן זיי
אונז לאזן פריי

מיר גייען נישט אין גלות
גענוג מיט די צרות

מיר זענען זיך נישט מכניע
אן קיין מניעה

געוויסע מאכען אן הגדרה
מיר ווילן נישט קיין אייגענע ממשלה

מי לה' אלי
איינס צוויי דריי

ווער גייט מיט'ן קל אדון
למלחמה בממלכת זדון

הצלחה אומעטום
על הניסים

גיבורי מכבים
רבים ביד מעטים

מיט א רוח ממרום
מצפון לדרום

ס'נישט קיין דמיונות
גרויסע נצחונות

ממלכה יהודית עלו על נס
כי יד על כס

ניצחונם של החשמונאים
מרד נגד היונים

לעכטיגקייט אויף ירושלים
כפלי כפלים

צדקתך כהררי אל
חזרה מלכות לישראל

גבורת ה' מי מַלל
לאמיר זינגען הַלל
רעאגיר