ג' אייר - זאט איך שפיר

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

ג' אייר - זאט איך שפיר

שליחה דורך היכי דמי »

בויך וויי איך שפיר
א ריר
גיבן איך קעניש
נאכ'ן פופטער דעניש
איך האלט
געוואלד

געשטאנען אין רייע
פאר א קאווע א פרייע
וואס די געשעפטן
טוהן באהעפטן
איצט איך רילעקס
נאך קאווע גלעזלעך זעקס


דערנאך געגאנען
אין רייע געשטאנען
אין דעם יום מסוגל
פאר א סלייס קוגל
געגעסן א שטיקל
צו דערזייט א פיקל

מאכל נאך מאכל
מאכט מיר גראב דעם בייכל
אבער עובר זיין חלילה
אין דעם יום האכילה
וואס איז א גרויסע ענין
און אפילו מסורה - יענעמס אפיניען

עסן עסט זיך
טרונקן טרונקט זיך
וואס זאל איך טוהן אז עס דאווענט זיך נישט
פארגעסן פארגעסט זיך
מיט פרישע מנהגים מען פארמעסט זיך
וואס זאל איך טוהן, איך בין שוין אינגאנצן צומישט
פארשפארט