קלאר האט געשריבן:איינער שיקט מיר נאך א בילד פין די חופה אין קרית יואל
קאמפער מיר נישט דא קיין בילדער.
מהר"א האלט שוין ביים צוועלעפטן אייניקל, מ'טאנצט די זעקסטע הקפה יעדע פאר וואכן/חדשים, און די גאנצע חתונה קאסט צוויי מאל גארנישט, ס'איז אין ביהמ"ד הגדול, ס'איז מיינעך געווען אינגאנצן איין וואך אין "דער בלאט" אויך נאר פלענע אנווייזונגן, די חתונה הויבט זיך אן פרי און ענדיגט זיך פרי (אין פאקט נעכטן זענען שוין די באב"ד-אשכנזי חתן כלה געווען אינדערהיים נאך פאר די ראזענבערגער-שעהר חתן כלה האבן צוגעקוקט צום קלימאקס פון זייער חתונה...)
ווידעראום ביי מהרז"ל איז דאס די ערשטע חתונה פון אן אייניקל, מ'האט זיך שוין לאנג נישט גע'שישו'ט ושמחו'ט.., גאנצטע וואכן וואס די ועד החתונה מיט די מערכה ארבייטן שוין דערויף, ס'האב אפגעקאסט עפרות זהב (גארנישט מיט זר זהב'ן...), דער איד ברענגט שוין אריין דעם עולם אין עקסטאז און חדוות דקדושה פאר וואכן, ועוד ועוד
דעסקלעמער: איך האב נישט דוקא געמיינט די בילדער פון די חופות ביי די צוויי חצרות (וואס פאר מיר קוקט אויס ווי אין קר"י איז געווען מער). איך רעד דא אין דזשענערעל. און ניין איך זיך נישט צו ספינען און מקדים זיין די רפואה פאר די מכה... איך רעד פאקטן!
שוין זאל זיין שמחות ביי כלל ישראל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך
שעפטל אום דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 3:26 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.