ק"ש התוועדות

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 851
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7278 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2386 מאל

ק"ש התוועדות

שליחה דורך שעפטאל »

התוועדות כל הניקים חדשים גם ישנים. זקנים עם נערים. בחורים וגם בתולות(?) [כ'מיין גראדע ס'דא וואס זענען יאוז'ד ריסייקעלט ענד ריאוז'ד]
לייוו הוקאפּ אין דעם אשכול. ס'געשעהט יעצט בשעת דו ליינסט.

הנהלת ק"ש האט צוגעשטעלט דעם פלאץ. אבער עסן מיט דרשות האבן זיי ליבעראל'יש אפן געלאזט פאר אונז ניקים. תש"ח להם.

ס'הערט זיך אזעלכע לאכערייען. ס'קופקעט זיך אין גרויסן. די ליבשאפט קען מען טאַפּן אין די..

דאס ביסטו @רויטע וואנצעס? יוש. דו ביסט דאך טאקע ריזיגע רויטע וואנצעס.

גלייך דערקענט מען דעם @ליטוואק פון בודאפעסט מיט זיין ישיבה'שע לבוש. ער האלט זיך ווייטער שא שטיל. אבער ער צייגט פון צייט צו צייט מיט דעם אגודל ארויף כלומר כ'געב א לייק.

@הייליגע קאקאש קעיק ווי ביסטו? כ'רוף עם שנעל. וואס? דו קומסט נישט?
:זעהסט נישט פון מיינע תגובות אז כ'האב ענק אלע אין בּאָד? כ'לאך מיט ענק פון ענק...
[עטץ וועץ זעהן. ניטאמאל צום האוק אָפּ וועט ער קומען אזוי שנעל.]

זעהסט יענער. ער איז @יואב. יוש ער שטומט אזוי גוט מיט זיינע תגובות. ער איז א שטילער. ער שמייכלט האלבוועג'ס צו זיך. ער באבאכט אלעס ארום. באלד קומט א יואב אשכול איבער דעם מסיבה.

אין די זייט זיצט א איידעלע נשמה'לע מיט א פלאטשיק'ס, א קליינע בארד. קוק'ט אויס ווי ער קען נישט טשעפן קיין פליג. אבער זיינע אויגן זענען פיהל מיט זיכערקייט. ער סודות'ט זיך ארום מיט א ברייטער איד וואס האט א גרויסע ארענדשע בארד. וואס הארגעט זיך פאר געלעכטער יעדע פאר סעקונדעס. יא @רביה''ק מיט @שמן למאור.

אין צענטער פון א געזעמל זיצט איינער מיט געקראזעלטע פאות, ער שמייכלט, ס'איז ניכר אז אלע ארימיגע ניקים לאוו'ן עם, און זענען זיינע תלמידים. זיינע אויגן דערציילן אז ער האט זיך שוין אסאך געספראוועט מיט'ן סיסטעם ביז ער איז אנגעקומען צו א מהלך וואס ארבעט פאר אים און זיינע ארומיגע. ווער איז דער? אה, ער איז זיך נישט מגלה.
הע. כ'ווייס ס'איז דיך @שמעקעדיג.

@אדנירם רעדט ווייטער מיט קאנפידענס: כ'בין אויסגעקאכט אין די היסטאריע פון דעם סוגיא. לאמיך ענק קלאר מאכן.

לעבן אים שטייט א שטילער אידל וואס צייגט א ביכל פון אריסטא ווען די עולם שאקלט מיט'ן קאפ אז מ'פארשטייט @מי אני'ס ווערטער פונקט ווי מ'לאכט פון א טיפע דזשאק וואס מ'האט נאכנישט געכאפט.

אפאר ק"ש דזשאק'ס, לשונות, קאמענט'ס. וואס ווערן דא איבערגעקייעט עד שתחטפנו שינה, גייען שוין מיט נאמבער'ס. ווי צום ביישפיל. 1. שטייצעך. 2. ס'עולם. 3. כ'געב דיך א דיסלייק. 4. דריי סמייליס אדער דריי לייק'ס. 5. דעם אשכול איז געווידמעט פאר דעס אבער נישט יענץ. 6. שלום עלייכעם. וכו'


שעפטאל. כעת איז ער גראבּ, [יעדע האלבע יאהר גייט ער אויף א מעסיוו דייעט צו מאכן פלאץ פאר מער] שטעלט זיך אויף ביים שטענדער, זיין טערעפיסט האלט זיין האנט צו האלטן רואיג זיינע פּעניק אטאקע'ס.
זיין פנים בלאשט, ער שמייכלט שעמעדיג. ער האלט די מייק, זיינע הענט ווארפן זיך ווי יענע זינגער וואס ציטערט און די מייק שאקעלט זיך מיט.

עהם. שלום עליכם. די מנהג דא אויף ק"ש איז - מ'איז זיך אליין'ס מכבד צו רעדן.

כ'וויל ענק אלע דאנקען פאר מיך סובל זיין. ענק זענען א גרויסע פאקטאר אין מיין הילינג פּראַסעס. נאכדעם וואס כ'זעה ענקער לייק'ס און ווארימע קאמענט'ס שעם איך זיך ווייניגער צו רעדן צו מענטשן. מיינע ארומיגע זעהן שינויים לטובה.
[דער טעראפיסט וואס גלייכט נישט אז כ'געב ענק קרעדיט איבער אהים, שאקלט בע"כ מיט'ן קאפ.]

אבער דא האט שעפטאל געכאפט א קדחת און שנעל איבערגעהיפט צו זיין פאנטש ליין: ענק פרעימען די מהלך המחשבה פון כלל ישראל אין די קומעדיגע דורות.

אָם. נאך איין זאך. פּליז מעקט'ס אויס די ווידיאו פון מיין דרשה, כ'שעם זיך.

הילכיגע קלאטשערייען... האסט זיך נישט מיט וואס צו שעמען.. שעפטאל וויינט ווי א קינד פון גרויס התרגשות...

די טיר פראלט אויף און @בערל בעל עגלה קומט אריין. די שומר הפתח רוימט אים אריין אין אויער: ביים מסיבה איז ראטזאם זאלסט נאר רעדן די 5 פראצענט פון דיינע תגובות וואס זענען נישט שטותים.

איינער שרייעט אויס: וועלקאם זיידי! ר' בערל'ן קום דא ס'דא פלאץ. [וואס איז געוועהן די רעאקציע פונעם עולם. און וואס האט ר' בערל צוריק גענטפערט?]

@לייביששרייבער מיט זיין שטאפן היט רעדט מיט אפאר ניקים וואס האבן שוין פון לאנג אויסגעטוהן דעם היטל.

אנטשולדיגט. כ'מוז גיין.
ארויסלויפנדיג באגעגען איך @יעקב פאטאש. [דו הייסט טאקע פאטאש? אבער נישט יעקב. דיין.. הייסט דאך יעקב] העי מעגסט אויך שרייבן. האסט דאך אסאך סחורה.

די חשובע ניקים זאלען ביטע ווייטער אפדעיטן ס'עולם וואס גייט דארטן פאר.
וואס איז די מעניו?
ווער נאך איז דא? ווי אזוי קוקט ער אויס?
ווער רעדט? וואס זאגן זיי?
די @מנהל באקומט אסאך קרעדיט אבער צוזאמען מיט אביסל קריטיק. ווער נעמט זיך אהן פאר'ן מנהל. און ווער האט נישט מורא זיך צו טענה'ן?
סדר המעמד?
באלד גייט זיין א וואלי געים ביים פָּאל סייד בּארבּיקיאו. ווער בלייבט ביי די קליינע וואסער אבער ער קען עכט שווימען? ווער וועט בכלל נישט אריינגיין אין פָּאל?
ווער שטייט ביים גריל? קען ער טאקע די מלאכה?

ושערי דמיונות לא ננעלו

======

הבהרה. מיר האבן באקוקט די אייער. זיכער געמאכט אז ס'נישט דא קיין בליט'ס טראפ פון קיין שום ניק. ס'סתם גע'וואט'עווער'ד. ווי א גוטע קליק וואס מ'מעג זיך ווערטלען אויף יענעם אהן דעם וואס ס'זאל אים בכלל שטערן. הרבה ביצים נשפכו ע”פ הוראת בי”ד מחשש גזל שינה.
אויב איינער שפירט זיך געטראפן זאל ער אונז ביטע אישי'ן. מ'וועט נעמען שריט. [מכאן ולהבא]
ווי אויכעט. ביטע אליין פסק'נען פאר מ'איז מגיב. דורך גיין מיט י"ג נפין. כדי יעדער זאל קענען מיט לאכן. וד"ל.
אבער אויף זיך געב איך די פילסטע הסכמה. נאר בהאי אשכלתא.

דער אשכול פארמאגט 63 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר