וואס קענען קלוגע אידן טון?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 668
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 2811 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2060 מאל

וואס קענען קלוגע אידן טון?

שליחה דורך אלפא »

לכאו' א שטיקל המשך פון דא, פארט מיט א נייע פערספעקטיוו..

האב איך מיר א חבר, א וואוילע אינגערמאן - אן היימישע בונדל, וועלכע האט א צייט צוריק אנדעקט אמעריקע - ער איז אויפגעקומען מיט קשיות אויפן רבינו תם-72 נאכט! שומו שמים..
עס איז כמובן נישט געבליבן ביי דעם, נאר האט זיך דאן איבערגעגאסן צו ספיקות איבער ווי אלט די וועלט איז און צו גאנץ קלארע מסקנות איבער די קראנטקייט פון די אידישע-סייענס אזוי-צו-זאגן.
קריכענדיג ווייטער האלט ער שוין יעצט ביים עקזיסטענציאלע שאלה צו די תורה איז גאר מסיני אדער איז דאס מעגליך נאך א רינגעלע אין די fake news זאווערוכע. און איך וועל מיר אפשטעלן ביי דעם..
....(א באקאנטע journey?!).

האט ער זיך לעצטנס אפגערעדט צו מיר אז ער זעט נישט קיין עתיד פאר זיך גייענדיג די וועג וואס ער גייט, דהיינו, ער האט לעת עתה נישט קיין פלענער אדער ווילן זיך צו טרעפן ארויסגעשטויסן פון די חרידישע קאמיוניטי, ער וויל בלייבן היימיש פרום און וואויל. לאידך גיסא האט ער שוין כמעט נישט קיין חברים, ווייל כמעט יעדער נושא וואס אינטרעסירט זיי (קלוגע מענטשן גראדע) אינטרעסירט אים פשוט נישט, און פארשטייט זיך אז קיין 'נארמאלע' שמועס קען ער נישט האבן מיט זיי ווייל עס וועט פריער אדער שפעטער זיך גרעניצן מיט כפירה רח"ל.

צו קיין פיזישע ארבייט איז ער נישט געמאכט טענה'ט ער, ער קען זיך נישט זען זיין א באס דרייווער אדער פלאמבער.
אקאונטינג/אפיס ארבייט פילט ער ווייטער א שאד די צייט חוץ פון דעם אז ער האט נישט קיין בעסיק סקיללס דערין. (מ'רעדט נישט אז ער דארף גיין ארבייטן פאר געלט, עס איז איבער די 'האבי' זייט דערפון)
לערנען אין כולל איז מער נישט פאר אים, זייענדיג א היבשע יודע ספר, און קוועטשן א באנק זאגענדיג נאך פשט'לעך און תורה'לעך איז נישט זיין גלאז טיי.

וואס ער זאגט אז וואלט זיך יא געזען זיין, איז וואס מ'רופט אין די אלגעמיינע וועלט אן 'אינטעלעקטואל' (דענקער..), נעמליך, די פענאמענאן וואס האט אסאך פארמען און וואס עס קען קומען,
[פון א פילאזאף (Peter Singer) ביז א בייאליגיסט (Richard Dawkins) פון אן היסטאריען (Yuval Noah Harari) ביז א לינגוויסט (Noam Chomsky) און פון שרייבער (Douglas Murray) ביז א פסיכאלאג (Jordan Peterson) מיט אלע ראלעס אינדערמיט, ווי סאציאלאגיסטן, פאליטיקאנטן, ארטיסטן, סייענטיסטן, און דזשרנאליסטן, (פאר א שטיקל ליסטע: https://www.infoplease.com/culture-ente ... ellectuals) ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.]
- הצד השוה שבהם, דיסקוסירן פאבליק מעטערס און ערוועקן דעם עולם'ס אטענשאן אויף אלס און אלעמען וואס איז נוגע, בין מדברים הנוגעים בממון, בין מהדברים הנוגעים בגוף, און שרייבן ארטיקלען, ארויסגעבן ביכער, האלטן רעדעס ווי נאר מ'קען..

וואס ער טענה'ט אבער איז אז עס איז פשוט נישטא קיין פארלאנג (-demand) פאר אזא סארט פאזיציע ביי אונז - ניטאמאל קיין שעצונג טיילן מיר צו פאר אזאנע קלוגע מענטשן בתוכינו.
קיין מנהיג ווערט מען נישט אזוי, ניטאמאל קיין יועץ אדער עסקן קען מען זיך עווארבן. (נאך אן אויפטו פון דעם סארט הנהגה)
אין פובליק טאר מען נישט זאגן מער ווי שיינע גמטריאות אויפן פרשה, אדער רמזים איבער טראגעדיעס.
און זיינע ביכער וועט קיינער נישט קויפן!

גיין אין די אלגעמיינע וועלט עפעס אויסוואקסן, פארלאנגט זיך צום ערשט א דעגרי, וואס קומט שוין מיטן פרייז פון גיין אין אוניווערסיטעט והמסתעף. חוץ פון וואס עס גייט עס גלייך זיין א גלייכע עקזיט קארטל פונעם היימישן עולם.
אבער נאך מער, פארלאנגט זיך צו זיין גאנץ הויך אויפן לייטער כדי די ווערטער זאלן בכלל דערהערט ווערן, און אן אויפוואקסן דארט איז עס שווער צו ערייכן. בו בעת וואס ביי אונז איז דא אסאך וואס צו זאגן, טון, און רוקן, עס איז נאר נישטא דעם אוידיענס.
קאווע שטיבל שרייבעריי האלט ער אויך נישט איז עפעס צו זעטיג..

ע"כ תוכן דבריו!


לאזענדיג די מחשבות וואנדערן ווייטער, דערמאן איך מיר פון @ברוך שפינוזהטענה אז כל מה שיש ביבשה יש בים - יעדע זאך וואס מיר פראבירן צו לייזן אדער אנטדעקן איז שוין באמת פון לאנג מסודר געווארן דורך די אלגעמיינע חכמים. אדער ווי א צווייטע האט געזאגט, "מיר אידן האבן די מיניטור ווערסיע פון די גויאישע גאס - אונזערע טאלאנטן (מוזיק, ארט, עקטן...) איז רוי אנקעגן די רייכע גויאישע קולטור, אונזער חכמה איז ניס שאלאכטס צו וואס ס'גייט פאר אינדרויסן, און אונזער הנהגה -א קינדער שפיל צו ריכטיגע פאליטיק".
וועלכע שטרייכט אין א וועג נאך מער אונטער די פארלוירענקייט פאר אזא איינער וואס האט זיך געעפענט די אויגן ביי די דרייסיג, וואו פון איין זייט איז ער שוין היבש אלט זיך ארויפ-צו-דראפענען אויף די אלגעמיינע ארענע (besides די טעכנישע שוועריקייט פון אלעס אפלאזן און מחליט זיין אהין צו גיין..), און פון די אנדערע זייט, איז נישטא קיין סאך באשעפטוגונג אפציעס -חוץ פון אפיר זוכן נאך סיבות פארוואס עלעקטריציטעט איז יא אסור אין שבת.

אבער לעצם הענין בין איך נייגעריג, איז דאס טאקע וואר?
קענען מיר אראפלייגן דאס געווער און ענדיגן האפן פאר בעסערע צייטן אין כלל ישראל?
איז ד"ר מיכאל אברהם גערעכט אז יעדער וואס וויל זאל זיך אליין טוישן ווייל די חרידישע ציבור גייט זיך ממילא נישט טוישן אזוי שנעל?
אויב איז יא דא שאנסן פאר טויש, וואס קען עס זיין?
און ווער דען אויב נישט די אינטעלעקטואלע וועלן שטיין דערונטער און עס צו העלפן?
א טרעפל פריער:
וואס זענען בכלל די פראבלעמען וואס מוטשענען אונז?
איז עס טאקע נאר די זעלבע פראבלעמען ווי דאס וואס די אלגעמיינע גאס האט געהאט פאר 40 יאר צוריק?
זענען מיר נישט בעסער אדער מער פארגעשריטן אין קיין שום זין, וואס ווערן אויסגעשארפט דארטן קען אונז רוקן פאראויס פון זיי גאר?

איך מיין עס איז יתכן צו זאגן אז מיר האבן יא א ריזיגן מארדזשין נאך צו גיין, און אפי' זיך רוקן פאראויס פון די אלגעמיינע גאס, טאקע ווייל מיר האבן געוויסע מעלות וואס זיי האבן נישט.

אנגעפאנגען ביי דעם אז אונזער יוגנט איז באשיצט (לעת עתה) פון זייער אסאך מרעין בישין, סיי ווייל סאציאלע מידיע איז נישט קיין יונגווארג שפילעריי, סיי ווייל בדרך כלל איז ס** עדיוקעישאן זייער געצוימט (אן אריינגיין בשכר כנגד הפסד), און סיי ווייל ב"ה וואקסן ע"פ רוב קינדער אויף און געזונטע -צוויי עלטערנ'דיגע- משפחות.
נעמענדיג טאלאנט און חכמה אויפן טיש איז בלי ספק דא אן איבערפלוס דערפון ביי אונז, עס איז נישט קיין סוד דאס אז אשכנזישע אידן זענען קלוגער אין אלגעמיין, און אז לערנען גמ' שארפט אויס די קאפ. מ'דארף נאר קענען טרעפן די וועג דאס איינצושפאנען פארן גרעסערן גוטס.
קאמיוניטי לעבן בכלל, קומט מיט א געוואלד פון מעלות וועלכע קענען צוהעלפן סיי אויפן יחידישן ראלם פון פארבעסערן די קוואליטעט פון פריוואטע מענטשן און זיך זארגן איינער פארן צווייטן, און סיי פאר א צופרידענערע לעבן בכלליות און א גרינגערע וועג איינצופעדעמען פארבעסערונגען אויפן ברייטן פארנעם.
און אן צו לייקענען, האבן מיר זיך צום זעלבן צייט גערוקט אפאר סטעפס אויף צוריק, סיי מיטן זיך פראטעקטן און שעלטערן פון די אלגעמיינע השפעות, און סיי מיטן בויען אזא הייארכיע פון מאכט וואס איז שווער אויפצולייזן.

צוזאמען מיט דעם איז דא נאך א נקודה וואס איז ווייט נישט גענוג אויסגעריבן - די נושא פון היימישע ריסערטש ארבייט.
דאס צוזאמנעמען דאטא און אויספרעגן דעם עולם פונעם קנעכל ביזן דעכל איז א זאך וואס איז צענטראל פאר יעדע סאציאלע הינזיכט, ובפרט ביי אונז -ווי די אינפארמעישאן וואס מיר האבן יא איז בדרך כלל אדער פון די אלגעמיינע צענסוס דערווישט אדער ארויסגעזויגן פון פינגער, (און אין בעסטן פאל געמאכט אזא היימישן סורוועי און געלאזט א ספעציפישן גרופע עס אייניג אויספילן...) און אפצולערנען אונזער גאס -פארשטיין וואס עס טוט זיך באמת אפ- איז אן עבודה קשה וואס האט כפי ידיעתי נאכנישט זוכה געווען צום ריכטיגן מאס אטראקציע -אויך גראדע א נקודה צו פארשטיין פארוואס - אוועקלייגנדיג השערות...
וואס פירט צום עפענונג פון א תחום וואס איז פון איין זייט נישט געווארן גענוג דורכדעאקערט ביז אהער, און צום זעלבן צייט פארלאנגט נישט מער ווי א גוטן קאפ און מאטיוואציע מיט בעסיק סאציאלאגישע ידיעות.

דבר הלמד איז, אז עס איז בפשטות יא דא א געוויסע פלאץ פאר אן אינטעלעקטואל בתוכינו צו פארברייטערן די פעלד פון 'היימישע סאציאלאגיע' און במשך הזמן שרייבן מער איבער דעם, און אנאלאזירן דער עצם פענאנים צו עס איז בכלל דא וואס אויפצוטון.
און נישט נאר האבן מיר פלאץ צו וואקסן ביזן אלגעמיינעם גאס, נאר אין געוויסע פלעצער זענען מיר גאר יוניק און אייגנארטיג, כולל אונזער מהלך הלימוד און אונזערעבעליף סיסטעם..

זענט עטס מסכים?
האלטן ענק אז אן היימישן אינטעלעקטואל (אויב דאס איז אזא סארט נאטור..) קען גיין שלאפן נאך איידערן אויפשטיין?
אדער עפעס אנדערש פאר אים צו טון?

ער שטייט און ווארט.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר