אידן אדער מתייהדים?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2036 מאל

אידן אדער מתייהדים?

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אלע ווייסן דאך פונעם נארישן טעאריע אז די אשכנ'זישע אידן זענען בעצם אייניקלעך פון די קוזארן וואס האבן זיך מגייר געוועהן, מיר ווייסן היינט אז די אשכנזישע אידן קומען פון א גרופע פון מייסטנס מענער וואס זענען פארוואגלט געווארן קיין גרמניה for some reason און זיי האבן געהייראט ארטיגע פרויען, שפעטער האבן די קרייצציגלער זיי כמעט אויסגעראטן ביז ס'זענען איבערגעבליבן בלויז ארום 300 מעמבערס אבער פון די 300 נפש איז זיך צעוואקסן א גאנצע פאלק וואס מ'רופט היינט "אשכנזישע אידן".

אלנספאלס, ווען איך האב דאס ערשטע מאל געהערט פון דעם טעאריע האב איך זעלבסטפארשטענדליך גלייך דערשמעקט אז ס'איז סתם פאנטאזיעס, אבער דאך האב איך געפילט אז ס'ליגט עפעס אן אמת דערין. כלומר כ'האב פארשטאנען אז די אפיציעלע נאראטיוו איז נישט ממש 100% אקוראט ווייל אויב זאכן וואלטן געפארן נאטורליך, משה מסרה ליהושע ויהושע לזקנים, וואלטן מיר אנגעקומען דארט ווי אלע אנדערע פרעהיסטארישע פעלקער פונעם ראיאן זענען אנגעקומען. גייסט היינט אין אתונה זעהסטו עפעס א זכר פון אפלטון און אריסטו? אין מצרים זעהט זיך עפעס אן א השפעה פון די פרעונים? זענען די היינטיגע מצריים עפעס מיט א האר אנדערש ווי די אראבער אין מאראקא? וואס איז געשעהן מיט די יהודאים אז זיי זענען געבליבן stuck in time ווי מ'זאגט און נישט עוואלווט ווייטער מיט אלעמען? ס'מוז זיין אז עפעס א דרויסענדיגע artificial כח האט געשטופט דעם אידישע וואגן אינעם פארקערטן ריכטונג.

שוין אפאר יאר וואס איך גיי מיט'ן נאראטיוו אז דאס האבן עזרא הסופר און זיינע חברים אנגעמאכט, מ'קען אסאך פון אונזער וויזויהייסטעס מייחס זיין צו איהם, און באמת האט זיך עס שוין אנגעפאנגען פון שפן הסופר און זיין פאפעט די אינגל יאשיהו, אבער דאך האב איך געפילט ווי עפעס פעלט אינעם פאזל, ביז דעם וואך.

באמת האב איך שוין געהאט געהערט פון דעם קאנצעפט מיט א צייט צוריק אבער איך בין נאכנישט גענוג רייף געוועהן עס צו אקצעפטירן, אבער מיט אפאר טאג צוריק האב איך מיך ווידער אין דעם אנגעשטויסן און פלוצלונג האט אלעס אנגעפאנגען מאכן סענס! איך בין נישט אויסגעקאכט אין אלע פרטים (דערפאר עפן איך דעם אשכול ווייל איך וויל הערן פון די היסטאריקער דא וואס זיי ווייסן דערוועגן) אבער ס'גייט בערך אזוי. אלכסנדר מוקדון האט איינגענומען די גאנצע באקאנטע ציוויליזירטע וועלט אין זיינע צייטן און "די וועלט" איז געקומען אונטער איין צענטראלע הערשאפט, אין א בחינה איז די גריכישע אימפעריע געוועהן אזויווי די אינטערנעט אין אונזערע צייטן, פלוצלונג איז די גאנצע וועלט געווארן ברייט אפן, מ'האט געקענט קומען און גיין פון איין לאנד צום צווייטן אומגעשטערט, ס'האט זיך געטוהן ומלאה הארץ דעה. חכמים און מלומדים זענען ארומגעפארן נאשן פון דעם קולטור און יענעם קולטור, מ'האט אויסגעטוישט אינפארמאציע און מנהגים איינער מיט'ן צווייטן, און יעדער האט פארדינט דערפון, און די היסטאריע ביכער איז דאס פארשריבן אלץ די העלעניסטישע קולטור.

אין געאגראפישן צענטער פון דעם גאנצן חגיגה איז זיך געזעצן א קליינטשיג עטנישע גרופע, יהודאים האבן זיי געהייסן, וויפיל גענעטישע און קולטורישע שייכות זיי האבן פאקטיש געהאט מיט די פארצייטישע קעניגרייך יהודה לאזט זיך דעבאטירן אבער למעשה איז דאס געוועהן די נאראטיוו וואס זיי האבן פארקויפט. זענען גריכישע אנטראפאלאגן און פילאזאפן געפארן קיין מצרים זיך לערנען עפעס חכמה פון די פארצייטישע פרעונים און חרטומים אבער אויסער אפאר פיראמידן וואס קיינער האט נישט געוואוסט ווי צו עפענען האבן זיי גארנישט געטראפן, אפאר פאפיראסן מיט היראגליפיקס האבן זיי געטראפן אבער קיינער האט נישט געהאט קיין אהנונג פון וועלכע זייט מ'הייבט עס אויף. אויפ'ן וועג צוריק קיין גריכנלאנד זענען זיי פונקט דורכגעפארן די געגנד פון יהודה און זיך באקענט מיט'ן ארטיגן רייכן, (כלומפרשט?) אור-אלטן קולטור און זיי זענען נתפעל געווארן. דא האסטו א פאלק וואס האבן א רייכן אוצר פון אור-אלטע כתבים, און זיי קענען עס ליינען! זיי האלטן נאך אן זייערע אור-אלטע מנהגים, שחט'ן קרבנות פאר זייער גאט הוי"ה וואס לויט זייער חשבון דארף צו זיין עלטער פון זאוס מיט זיין חד גדיא. בקיצור, זיי זענען אנציקט געווארן, אזא בחינה ווי מיר ווערן היינט אנציקט פון בודדהיזם און הינדואיזם. זיי קומען צוריק קיין גריכנלאנד און שמועות הייבן אן צירקולירן אז יא, מיר האבן געטראפן דעם אור-אלטן אוצר, און וואו איז דאס? אין יהודה!

זענען געקומען גרויסע פראפעסארן קיין יהודה, מ'האט זיך אויסגעלערנט עברית, מ'האט איבערגעזעצט די אור-אלטע כתבים צו גריכיש, די מגילות האבן אנגעפאנגען צו צירקולירן, און גורוס מיט לאנגע ווייסע בערד האבן אנגעפאנגען ארומפארן פארקויפן חכמה וואס זיי האבן געלערנט אינעם ווייטן יהודה. ס'האט זיך געטוהן א ניו אייג' אין גרויסן, ס'האט נישט געדויערט קיין לאנגע צייט ביז יעדער האט געוואוסט פון אברהם יצחק ויעקב צו זאגן, מאסן אינגווארג האבן ארויסגעוואנדערט קיין אינדיע צו שטודירן מעדיטאציע, כ'מיין קיין יהודה צו שטודירן קרבנות און די בראשית מיטאלאגיע. אזוי ווייט איז דאס געגאנגען אז יוספוס פלאביוס שרייבט אז 10% פונעם באפעלקערונג אינעם מזרח זייט פונעם גריכישן אימפעריע האלטן זיך פאר אידן, לויט איהם האבן שוין מער "אידן" געוואוינט אינדרויסן פון יהודה ווי אין יהודה אליין… ס'געוועהן אזויווי בודדהיזם אין 2023, ס'די צייטגייסט, ס'די מצב אין גאס, יעדער וויל האבן א שייכות דערמיט, די גרעסטע אפאלאגעטיקע וואס דו קענסט היינטיגע צייטן געבן פאר דיין רעליגיע איז אז ס'שטימט מיט בודדהא'ס תורות, פונקט אזוי האט עס אויסגעקוקט.

אסאך נעמען (אויב נישט רוב צו כמעט אלע...) וואס מיר קענען פון ספרי חז"ל זענען געוועהן דירעקטע אייניקלעך, תלמידים, צו גאר אליין געוועהזן פון דיזע מתייהדים. רבי עקיבא (דער רבי פון 24K תלמידים און רשב"י), שמעיה ואבטליון (די רבי'ס פון הלל הזקן), און מ'קען זיך פארשטעלן אז פאר יעדע נאמען וואס איז פארשריבן אין היסטאריע זענען געוועהן נאך צעהן-טויזענט מתייהדים וואס זענען נישט פארשריבן, ס'איז פשוט'ע סטאטיסטיקס. כ'געדענק נישט די פונקטליכע מקור דערפון אבער די בודדהיזם איז געווארן אזא אנשיקעניש אז רוב פרויען פון די nobility זענען געווארן פארכאפט דערין, הלני המלכה - די קעניגן פון חדייב - און איר זוהן מונבז זענען געווארן מתייהדים, ברניקה, א טאכטער פון אגריפס איז געוועהן א mistress פון טיטוס און שפעטער אסאך אנגעדרייט אין רוים, בקיצור, איך בין שוין אויסגעלאפן פון מקורות וועל איך עס לאז ביי דעם, איך בעהט ווער ס'האט מער אינפארמאציע איבער יענע תקופה זאל זיך ביטע אנרופן. בכל אופן גייט די טעאריע אזוי, קשים גרים לישראל כספחת זאגט תוספות ווייל זיי גלייבן צופיל אין די זאך… ס'געווארן אזא הייפ און דאס האט געשטופט דעם וואגן פאר א לאנגע צייט, שטעל זיך פאר ווען היינט געבן זיך א לאז אראפ א מאסע גרים קיין וויליאמסבורג וואסערע מצב ס'וואלט געמאכט און וואסערע בוסט ס'וואלט געגעבן פאר'ן וואגן. שפעטער איז געקומען שאול התרסי (אויך פון די מתייהדים) און אויסגעפויקט יאשקע מיט די גאנצע וויזויהייסטעס, מ'האט זיך אנגעפאנגען ארומרייבן די יאשקע'ס חסידים מיט די מתנגדים און ווי מיר ווייסן איז מחלוקת די בעסטע וועג צו שטופן דעם וואגן, and the rest is history. און נאכאמאל, ווער ס'קען מיר צואווייזן וואו איך קען ליינען/הערן/וואטשן איבער דיעס וואונדערליכע תקופה אין כלל ישראל זאל זיך ביטע אנרופן, it fascinates me, א דאנק פון פאראויס.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר