זאכן וואס איר האט הנאה עס פאסירט

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6180 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6309 מאל

זאכן וואס איר האט הנאה עס פאסירט

שליחה דורך יואב »

דער אשכול איז געווידמעט פאר זאכן וואס איר וואלט נישט געטאהן, אדער איר מאכט אן אנשטעל איר וואלט נישט געטוהן, און למעשה טוהט דאס א צווייטער, אדער פאסירט דאס פון זיך אליינס, צו אייער שטארקע צופרידנהייט. אדער איר ווילט עכט איין זאך, און צוליב סיבות טוהט איר א צווייטע.
פאלגענד שאקל איך ארויס עטליכע, ווער ס'וויל קען צולייגן. קיין סאך איז מיר נישט בייגעפאלן, ווייל היינט האב איך אפגעכיפערט דעם דאווענען.

-דער בעל תפילה הייבט אן הויעך שמונה עשרה הגם ס'נאך נישטא תשעה עונים. (כמעט נישט דא ווער ס'זאל מוחה זיין).
-ס'צינד זיך אדער לעשט זיך א לעקטער וכדו' שבת וועלעכע האט אייך געשטערט, און איר האט הנאה אז ס'האט זיך בטעות מסדר געוועזן.
איר וועט געבען א שריי, או וויי שבת! אדער אויב דער קליינער וועט עס טאהן, איר וועט אים באוואשן, און דאן הנאה האבן ווי ס'בדארף צו זיין.
-אייער חברותא קומט נישט, אפיציעל בייזערט איר זיך, אבער איר האט הנאה אז איר זענט פריי.
-איר ווילט איינעם מסדר זיין, איר ווילט אבער נישט טשעפנען. א צווייטער נעמט זיך איבער יענעמס ביינער, צו אייער סאטיספאקציע.
-איר ווילט שרייבן עפעס קארני, ס'פאסט אייך נישט. זר שרייבט עס, איר געט אים א לייק, און שרייבט צו טיפיקל זר.
-איר ווילט אויף עפעס מוחה זיין, צוליב פארשידענע סיבות האלט איר זיך צוריק. בדחן שרייבט דאס, ס'ערווארבט זיך היץ ארום דעם.
איר האט הנאה, אנשטאט לייקן גיסט איר אבער צו צום פייער.
-איר ווילט שרייבן עפעס אויפגעקלערט, איר האט מורא דעת תורה וועט אייך דערגיין די יארן. יאיר שרייבט דאס מיט א זאפט, איר מאכט זיך כאילו איר האט אפילו נישט באזוכט דעם אשכול.
-איר וואלט געפייגערט צו זיין יידל, איר באלעקט זיך מיט זיינע תגובות. למעשה טאנצט איר אויף ווי א פראש, אויב איר האט א געלעגנהייט צו פאריכטן זיין ספעלינג אדער גרעמער.
-איר קענט קוים ווארטן פאר א פרישע בענדזשעמין פרענקלין ארטיקל, איר וועט אבער לייקן איציק פאר צושניידן זיין ארטיקל.
-איר וואלט געבעטן פאר אפיקומן צו זיין קופערניקס, אבער איר וועט ציטירן א קליין הונקעדיגע שורה, ער זאל דארפן קומען מסביר זיין וואס ער האט געמיינט.
-איר וועט הנאה האבן יאנקל האט געהאט גאטס צו אנאליזירן עלעקוואנט עפעס א האקעלע נושא שיין מסודר מיט אלע דעטאלן. אבער דערנאך פרייד איר זיך אים צו זעהן אויף דעפענסיווע.
-איר וואלט נישט געלייקט, נאר איר זעהט די חכמי השטיבל לייקן שטעלט איר זיך צו. מי ראה אלו יצאו.
-איר וועט אויספלאצן פון עפעס א חוצפה'דיגן תגובה פון יואליש, און נאכדעם שרייבן א באנדע אויפגעקלערטע.
-איר וועט זיך מחיה זיין מיט א פרישן היתר לעיקוואוד האט אויסגעארבייט, איר האפט דער היתר בלייבט. איר וועט אבער זוכן ווי ער קענט אים משוגע מאכן, אז מער ווייניגער זאל ער דארפן איבער זאגן נאכאמאל די זעלבע זאך, פשוט מיט אן אנדערן לשון.
-איר ווילט אסאך מאל לייקן, איר שפירט אבער אז איר זענט בעל הבית אויפן לייק קנעפל, ווי כאילו יענער בעהט זיך דערפאר.
-איר האט הנאה פון וואלפה'ס בילדער, אדער שעפטל'ס נייעס אפדעיטס, איר לייקט אבער נישט ווייל איר טראכט מ'וועט אייך אראפקוקן, זייט איר לייק דאך בלויז זאכליכע תגובות.
-איר האט געמיינט איר שרייבט סתם שטותים, ונבנתה דרינגט ארויס פון אייער תגובה עפעס אן אינטעליגענטע צוטרעף, און איר פירט ווייטער דעם שמועס כאילו איר האט טאקע דאס געמיינט.

מ'קען צולייגן.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט