ווי פילט דער עולם איבער OU?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2036 מאל

ווי פילט דער עולם איבער OU?

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

ווען איך בין געוועהן א קינד איז עסן פראדוקטן מיט (נאר) אן OU שטעמפל געוועהן אינגאנצן אפגעפרעגט, נאר ממש בשעת הדחק האט מען זיך פארלאזט דערויף (מעגליך אז דאס אויך נישט, כ'געדענק שוין נישט אינגאנצן). שפעטער ווען איך בין "אויפגעקלערט געווארן" איז עס געווארן א לכתחילה, הגם איך האב מיך נאכאלץ געפילט ווי א שטיקל קל (מלשון קיהל/cool?) ביים עסן OU פראדוקטן. אבער די לעצטע פאר יאר וואוין איך אין געגנטער וואו ס'כמעט נישט דא צו באקומען די היימישע הכשרים, פארקערט, ווען איך עס OU פראדוקטן פיל איך מיך ווי א גאנצע צדיקת... כ'מיין ווי ווייט איך ווייס איז עס "בעסער" (וואסאימער די גיהנם דאס מיינט) ווי די אנדערע הכשרים אדער אי-הכשרים פראדוקטן וואס איך עס. אמאל ווען איך פלעג זעהן אדער הערן די צאמשטעל פון די אלפאבעטן O און U האט עס מיר ארויפגעברענגט א שטיקל אפשיי, שפעטער קיהלשאפט, היינטיגע צייטן ווען ס'איז צעהן מדריגות העכער מיין כשרות לעוועל ברענגט עס מיר ארויף די זעלבע געפיל ווי די פלאטשיגע ביבער הוט מיט שווארצע זאקן.

אלנספאלס, כ'בין נייגעריג וויאזוי דער עולם פילט איבער OU, סיי דער עולם וואס דרייט זיך דא און סיי אייערע פארפרומטע פריינד און פאמיליע, איז עס נאך בכלל א נושא?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר