נודות נפוחים בימינו

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 308
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 671 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 898 מאל

נודות נפוחים בימינו

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

צווישן די קנאי'שע (אינעם עניין פון ציונית) געזעלשאפטן הערט זיך אסאך א טענה, אז די 'ציונים' זענען שילדיג אין אלע טראגעדיעס וועלכע זענען דורכגעפירט געווארן דורך די טעראריסטן. די נאראטיוו איז טיף אריינגעבאקן אין די קנאי'שע מאוומענט. עס איז דער מיטל וואס זיי ניצען זיך אפצושאקלען פון די צרות וועלכע באטרעפן עם ישראל, און דער מיטל וואס זיי ניצען אויף אויסצומיידען צו דארפן קאנפראנטירן די שאלה פון - וואס דען ערווארטסטו זאל מען טון אין ארץ ישראל זיך אפצוהיטן פון די געפאר.
די טענה איז אבסורד אויף אפאר דרגות. סיי מצד די העדר פון אן אלטארנאטיווע פלאן - סתם באשולדיגן יענעם אהן קיין צווייטען מהלך וואס לייגט זיך אויפן שכל. און בעיקר מצד די נאאיווע איינרעדעניש אז די אראבער וואלטן ווען געלעבט גוט מיט די אידן - אז די אראבער זענען משום איזה סיבה אנדערש ווי די אנדערע פעלקער וועלכע האבן אונז אויסגע'הרג'עט לאורך הגלות, און וואלטן גאר געווען אונזערע גוטע פריינט. די איינרעדעניש אז אנטי-סעמיטיזם איז געוואנדען אין געוויסע גורמים און אומשטענדן - אז ווען נישט כך וכך וואלטן אונז געלעבט בשלום ובשלווה, איז נעריש און איגנאראנט. מיר האבן שוין אלס פרובירט, מיר האבן שוין געשפילט אלע ראלעס, די ראלע פון נעבעך, די ראלע פון שוואכלונג, די ראלע פון שטארקער, די ראלע פון פירער. גארנישט וועט צוריקהאלטן אנטי-סעמיטיזם, עס פעלט זיך אויס אין יעדע ראלע צו זיין אויפמערקזאם נישט צו טריגערן אונזערע שונאים, אבער זיך איינצורעדן עס איז עפעס וואס מען קען לגמרי צוריק האלטן איז נישט ריכטיג.

די דאזיגע געדאנקענגאנג האט געשפילט א ראלע כמה פעמים אין אונזער היסטוריה. ווי אלע ווייסן איז ביי די האלאקאוסט געווען אזעלכע וועלכע האבן צוריקגעהאלטן אידן פון אנטלויפן מחמת סיבות שונות, פארשטייט זיך אז די בלינדשאפט צו די מעגליכקייט פון אזעלכע רציחות האט געשפילט א גרויסע ראלע אין דעם.
נאך א משל אויף דעם איז די טבח חברון תרפט, וואס דאס איז אויך א געשעעניש וועלכע ווערט שטארק באניצט ביי די אויבערדערמאנטע עלעמענטן, צו פאראויסשטיפן די אג'נדה אז די 'ציונים' האבן צוגעברענגט אז די 'פרידליכע' אראבישע שכנים זאלן דורכפירן אזעלכע שרעקליכע רציחות (עס איז באקאנט די דרשה פון איינער קאפלאן וועלכע די קנאים ניצען אלס א מקור צו די נאראטיוו, דאס פארלאנגט א דיסקוסיע פאר זיך. אבער דער וואס האט דאס שוין געהערט וועט וויסן איבער זיין דעסקריפציע אויף די באליבטע פיינע אראבער וועלכע זענען בטבע א גאר פרידריך פאלק.... און ווען נישט די ציונים....). וואס די אלע פארפעלן צו דערמאנען, איז די פאקט אז די דאזיגע געדאנקענגאנג זעלבסט האט געשפילט א גרויסע ראלע אין די שחיטה, ווען לויט כמה עדיות זענען געווען ווארענונגען פון פאראויס וועלכע די פרומע אידן האבן בוחר געווען צו איגנארירן (און פארשיקט די הגנה וועלכע זענען געקימען באשיצען מיט געווער) וויבאלט די פרידליכע אראבער וועלן זיכער נישט טון אזעלכע זאכן!

עס שטעלט זיך ארויס אז דאס איז נישט עפעס א לעצטיגע ערשיינונג. עס האט גאר טיפע היסטארישע ווארצלען. אזא ערשיינונג האט זיך שוין אפגעשפילט פילע יארן צוריק, ביים חורבן בית המקדש! די פארגאנגענע וואך האבן מיר געליינט פרשת וירא, ווי עס ווערט דערמאנט די סיפור פון דאס פארשיקונג פון ישמעאל און הגר דורך אברהם. זאגט רש'י אויפן פסוק וישמע אלוהים את קול הנער גו' באשר הוא שם (בראשית כא יז) וז"ל:
באשר הוא שם - לפי מעשים שהוא עושה עכשיו הוא נדון, ולא לפי מה שעתיד לעשות. לפי שהיו מלאכי השרת מקטרגין ואומרים: מי שעתיד להמית בניך בצמא, אתה מעלה לו באר? והוא משיבם: עכשיו מהו, צדיק או רשע? אמרו לו: צדיק. אמר להם: לפי מעשיו של עכשיו אני דנו, וזהו: באשר הוא שם. והיכן המית את ישראל בצמא? כשהגלם נבוכדנאצר, שנאמר: משא בערב וגומ׳ לקראת צמא התיו מים וג׳ (ישעיהו כ״א:י״ג-י״ד). כשהיו מוליכין אותן אצל ארץ ערביים, היו ישראל אומרים לשבאים: בבקשה מכם הוליכונו אצל בני דודינו ישמעאל וירחמו עלינו, שנאמר: ארחות דדנים (ישעיהו כ״א:י״ג), ואילו יוצאים לקראתם ומביאין להם בשר ודג מלוח ונודות נפוחים. כסבורים ישראל שהן מלאים מים, כשמכניסו לתוך פיו ופותחו, הרוח נכנסת בגופו והוא מת (איכ"ר ב ד).
עכ"ל רש"י. שוין דעמאלס האבן די אידן געמאכט די טעות! זיי האבן געמיינט אז די אראבער וועלן זיי ארויסהעלפן, און אנשטאט האבן עס די אראבער אויסגענוצט אנקעגן זיי.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר