געפילן און געדאנקען Post Oct 7

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 308
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 671 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 898 מאל

געפילן און געדאנקען Post Oct 7

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

אקטאבער דעם 8'טען און ווייטער...

זאג מיר, ביסטו אויכעט אריין אין א שלייף פון א קיינמאל-ענדענדע ראלער קאוסטער, פון פחד זארג?
אדער גאר האסטו זיך אויך געפינען אין א טאקסיק ענווייראמענט, מיט אזעלכע וואס גראבן אריין די קאפ אין זאמד, און זעען בלויז זייערע פאליטישע אגענדעס פאר די אויגן...
און אפשר האסטו זיך אויך געפינען אין א צימער פיל מיט שטילקייט, א שטילקייט וואס שרייט. א ווייטקייט פון געוויסע, צו זייערע ברידער וועלכע מאכן מיט דאס ערגסטע...

אדער אפשר גאר אלע צוזאמען?...


שפירנדיג דאס בין איך דערנאך אריין אינעם געוועב. געזען די פילע עדותשאפטן און דאקומענטאציע פון דאס ערגסטע וועלכע מיינע ברידער און שוועסטער זענען אדורך. געוויינט אויף די ריינע נשמות וועלכע זענען גע'רצח'ט געווארן מיט די גרעסטע ברוטאליטעט. די ווייבער און קינדער וועלכע זענען ארויסגעריסן געווארן פון זייערע הייזער, און קיינער ווייסט נישט וואס איז זייער גורל. גאנצעטע משפחות וועלכע זענען פארמעקט געווארן. אלטע און אינגע, מיט גאר קליינע, דורכגייענדיג די גרעסטע פחדים.

פארלוירנקייט, ווייטאג וועלכע איז אין סוף.


בין איך דערנאך אריין אינעם געוועב ווידעראמאל, און געזען די סיפורים פון גבורה. גבורת הנפש בעיקר. און געטראפן א פינטעלע ליכטיגקייט אין די כאאס. סיפורים פון גיבורים וועלכע האבן זיך מוסר נפש געווען צו ראטעווען אנדערע, סיפורים פון מילואימניקים וועלכע האבן איבערגעלאזט אלעס - משפחות, קאריערעס, און זיך מאביליזירט צו קעמפן פארן פאלק. און זעענדיג די פילע קליפס פון די סאלדאטן, האב איך מיטגעטאנצן און מיטגעזינגען מיט זיי, און געשריגן צו זיי - מיט הצלחה! קומט נאר צוריק בשלום!
געזען סיפורים פון מענטשן וועלכע פרובירן צו העלפן מיט וואס זיי קענען, זארגענדיג פאר די פילע משפחות וואס זענען אפעקטירט, און פאר די סאלדאטן. געזען סיפורים פון מענטשן וואס... פילען מיטלייד און ברענגען ארויס זייער פיין און געפילן פאר זייערע ברידער.

און איך האב זיך דערמאנט אז איך באלאנג צו א פאלק פון גיבורים, א פאלק וועלכע גיבט נישט אויף, א פאלק וועלכע איז באחדות און שלאגט זיך פאר די כלל.
אז איך באלאנג צו א פאלק וועלכע האט א הערליך לאנד, וואס איר שיינקייט האט גאט אליין שוין בארימט טויזענטער יארן צוריק. און איר שיינקייט ווען איר פאלק איז דארטן איז פילפאכיג שטערקער.

און איך האב איינגעזען אז די כוח און די אחדות וואס קומט ארויס אין די דאזיגע מצב, איז פיל שטערקער ווי סיי וועלכע כוח.

מיט אנגעזאמעלטע כוחות נעם איך ארויס דעם ספר תהילים. דורכגעוויקט מיט טרערן, וועלכע זענען מעגליך אומזעבאר, אבער געפינען זיך דערין אנגעזאמעלט פון פילע דורות. נישט נאר טרערן און פיין איז אנגעזאמעלט אין איר, נאר אויך מיט אמונה און שטארקייט, א ירושה פון אונזערע עלטערן.

איך כאפ אהן די ספר תהלים. איך עפן דאס נאכנישט, אבער איר עצם עקזיסטענץ גיבט מיר כוח.

עם הנצח לא מפחד מדרך ארוכה.


------------------------
פארוואס שרייב איך דאס? 1. פשוט ארויסצוגעבן מיינע געפילן. 2. ארויסצוברענגען די שווערע פאראדאקס אין וואס חרד'ישע אידן געפינען זיך. ארויסצוברענגען אז אפילו אויב איר געפינט זיך אין א ספעציפישע קאמיוניטי וועלכע גיבט נישט קיין פלאץ פאר די דאזיגע געפילן, זענט איר נאכאלץ א חלק פון עם ישראל, און איר קענט זיך מדבק זיין מיט די הערליכע פאלק פון וואס איר זענט אויך א חלק.

יעדער איז געלאדענט צו מוסיף זיין זייערע אייגענע געפילן און מחשבות.

קרדיט חלקי לדורין אור אינסטגרם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פונדאַמענטאַל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר