חכמתו קודמת ליראתו (א מעשה מיט'ן ניק 'ואתחנן')

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
נוח
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 6:09 pm
האט שוין געלייקט: 845 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1848 מאל

חכמתו קודמת ליראתו (א מעשה מיט'ן ניק 'ואתחנן')

שליחה דורך נוח »

ס'האט מיר אייביג געוואונדערט דעם טיטל וואס מ'שרייבט אפט אויף מענטשן: "יראתו קודמת לחכמתו" - כ'האב פארשטאנען אז דאס מיינט אז זיין יראת שמים, זיין פחד פון זינדיגן, איז פריער און מער ווי זיין חכמה. וואספארא קאמפלימענט איז דאס? מהיכי תיתי אז ער איז בכלל א חכם, אז ס'איז א רבוּתא אז זיין יראה איז נאך מער פון זיין חכמה? אפשר איז ער א געבראטענער טיפּש, און הגם זיין יראה איז מער פון זיין חכמה איז ער נאך אלץ א קנאפער ירא שמים?

נאר כ'טראכט אז דער פשט איז אנדערש. דער טיטל איז באמת נישט קיין אפשאצונג אויף וויפיל חכמה אדער יראת שמים דער מענטש האט, נאר וואס עס איז ביי אים וויכטיגער און וועלכע פון די צוויי ער איז גרייט אפצוטרעטן פאר וועלכער. לעולם רעדט מען פון א מענטש וואס פארמאגט אפשר ביידע, סיי יראת שמים און סיי חכמה, נאר אויב איז יראתו קודמת לחכמתו וועט ער זיין גרייט צו פארקוקן פון זיין חכמה, אדער פון זיכער מאכן אז יעדער ווייסט פון זיין חכמה, אויב עס טרעט אויף די פונדאמענטן פון יראת שמים. ס'איז אים וויכטיגער צו זיין אן אויסגעהאלטענער מענטש, זיך צו פירן ריכטיג בין אדם למקום און בין אדם לחבירו, ווי זיין בארימט ווי דער שטאט'ס גאון.

משל למה הדבר דומה? לאמיר זיך פארשטעלן א איד מיט'ן נאמען יצחק וואס שרייבט אויף קאווע שטיבל הינטער דעם ניק "ואתחנן". ער האלט עס פאר א סוד גמור, און דערציילט נישט פאר קיין שום נברא אין דער וועלט אז ער איז ואתחנן. יעדער פארשטייט אז דא איז נישט אייוועלט, און ס'איז א סכנה אז מ'זאל וויסן ווער עס שרייבט דא. וויסענדיג אז א סוד בלייבט בעסט אפגעהיטן אז קיינער ווייסט נישט, האט ער מחליט געווען אז ער זאגט טאקע נישט פאר קיינעם, אפילו פאר די נאנטסטע ידידים.

איין טאג שמועסט יצחק מיט זיינס א נאנטן ידיד, יאסל, און יאסל זאגט אים "כ'הער אז דו ביסט 'ואתחנן'!" יצחק ווערט שאקירט און פרעגט אים פון וואנעט ער ווייסט. זאגט ער אז נעכטן האט ער געטראפן שמערל, א מיוטשעל ידיד, און שמערל האט אים אזוי ציטירט עפעס פון ואתחנן'ס כתבים, און זיכער געמאכט צו באגלייטן דעם ניק מיט יצחק'ס אמת'ן נאמען, אז ס'זאל זיין קלאר אז טראץ דעם וואס יצחק דערציילט נישט אז ער איז ואתחנן, האט שפיץ-חכם שמערל באוויזן צו אנאליזירן די שריפט און די נושאים און קרעקן דעם קאוד ווער ואתחנן איז! נו, זענט איר נישט נתפעל פון שמערל'ס פיקחות?

כדי צו מאכן דעם משל נאך מער דראמאטיש, לאמיר אננעמען אז שמערל איז נישט סתם א תמימות'דיגער יונגערמאנטשיק וואס כאפט בכלל נישט וואס ער האט געטוהן, נאר מ'רעדט דווקא פון איינער וואס איז באמת א קלוגער יונגערמאן, א תלמיד חכם, און דווקא פון איינער וואס האט זעלבסט געליטן שבעה מדורי גיהנום נאכדעם וואס אין דער פארגאנגענהייט איז ער אליין נישט געווען פארזיכטיג מיט זיין אייגענעם אידענטיטעט. ער ווייסט היינט גענוי, נאך בעסער פון סיי וועמען, וואספארא שרעקליכע סכנה ס'איז מגלה צו זיין א ניק, און וואספארא רשעות דאס איז זיך צו ווארפן מיט יענעמ'ס אינפארמאציע וואס תוצאותיה מי ישורנה.

ער איז אויך נישט דער וועמען מ'קען פארענטפערן אז בעצם דערציילט ער נישט פאר קיינעם, נאר ער איז אזא שוטה אז ער האט מדעת עצמו מחליט געווען אז מ'מעג זיך ווארפן מיט יענעמ'ס פריוואטע אינפארמאציע "נאר פאר דעם און נאר פאר יענעם", אדער די סאמע פיקחות: "כ'בין געווען זיכער אז יאסל ווייסט עניוועי".

איז לאמיר אנאליזירן אונזער משל'דיגן שמערל: אויב האט ער עפעס יראת שמים אין זיך איז קיין ספק נישט אז ערגעץ טיף אין מוח האט עס געבריקעט אז זיך קאלטבלוטיג ווארפן מיט יענעמ'ס פריוואטע אינפארמאציע איז קעגן בעיסיק מענטשליכקייט און מאראלישקייט. אבער ער איז "חכמתו קודמת ליראתו", פאר אים איז וויכטיגער צו ווייזן זיין גרויס גאונות, וואספארא דזשיניעס ער איז, אז ער ווייסט, אז ער האט עס אויסגעפיגערט, ווי איידער טון וואס איז בעיסיק מענטשליכקייט און שיצן אויף דעם וואוילזיין פון א צווייטן מענטש. נעבעך, פאר די פארשטינקענע רגע הנאה איז ער גרייט יענעם צו ווארפן אונטער'ן באס.

ס'איז פשוט נישט דא קיין ווערטער צו באצייכענען די גיעול נפש פון אזא אויפפירונג. ס'וואלט איינער געמיינט אז א חכם און תלמיד חכם וואלט געוואוסט בעסער, אבער ליידער איז פארקערט. שמערל'ס גליעדיגע און אומדערזעטבארע תאווה צו זיין אנערקענט ווי א חכם, א יודע צפונות, איינער וואס פיגערט אויס זאכן און פאר וועמען מ'קען נישט באהאלטן, איז שטערקער פון אלעם. גיי אין דער ערד, זאגט ער. אבער בשעת'ן גיין זאלסטו וויסן וואספארא אומגעדריוועלטער פיקח איך בין.

דאס הייסט חכמתו קודמת ליראתו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נוח, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יש מרבותינו דורשים אותו לשבח (רש"י)

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר