היימישע חלומות!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

היימישע חלומות!

שליחה דורך צפת »

מאכט זיך אמאל אמאל, אז עס שטייט אויף א איד און דערקלערט אז ער האט געהאט א חלום. צדיק פלוני או כוכב פלוני איז אים געקומען אין חלום זאגן אז ער מוז באצאלן פאר חכם פלוני דעם סכום וואס ער איז אים שולדיג געבליבן בחייו, אדער אז ער מוז זאגן יענעם מזמור צוואנציג מאל. צומאל קומט דער מראה הנבואה דערציילן, אז אין יענעם און יענעם דאטום וועט משיח קומען. נישט ווייניגער.

לאמיר אפירנעמען די חלומות וואס מענטשן חלומ'ען. לאמיר דא ברענגען בלויז די עכטע מעשיות וואס קומען ארויף אויף קול מבשר, אדער ווערן פארשפרייט פון געהעריגע פלעצער, און לאמיר דאס צונעמען, דן זיין, ווער דערציילט, וואס דערציילט ער. זענען די חלומות אמת, קען מען גלויבן די בעלי-החלומות וכו'?

לאמיר זיך נישט לאזן פארפירן. לאמיר נישט מאכן יעצט א גאנצע שמועס איבער די תופעה און זען צי ס'איז יא גערעכט, נישט אמת, דמיון וכו'.. לאמיר צענעמען יעדע חלום בפני עצמה, און זען וואס עס האט דארט פאסירט.

איך וועל גיין פתיחה.
עס איז לעצטנס נתפרסם געווארן א חלום פון א איד אין מאנרא, מיטן נאמען "שיף", אן אייניקל פונעם רבי'ן ר' אלימלך, וועלכער לערנט יעדע וואך נועם אלימלך. דערציילט ער אז דער רבי ר' אלימלך איז אים געקומען אין חלום. ער האט אים נישט געקענט זען אבער נאר בלויז געקענט הערן. דער רבי ר' אלימלך זאגט אים, אז וויבאלד ער לערנט נועם אלימלך יעדע וואך, האט ער די זכיה אז ער וועט אים מגלה זיין א געוויסער מקור פון נועם אלימלך, אז די מקור איז א מדרש תנחומא.

וואס זאגט איר צו דעם חלום? - קען איינער דעם איד, קען מען אים טראסטן וכו'?

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר