וטוב לב משתה תמיד

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 851
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7305 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2393 מאל

וטוב לב משתה תמיד

שליחה דורך שעפטאל »

משל מהבעל שם טוב (עה"ת תהילים)

ס'געוועהן א פיליזאפישן קעניג וואס פון גרויס פיליזאפירן האט ער פארפלאנטערט געווארן אין אריינגעפאלן אין א טיעפער דיפרעסיע.

זיין באליבטער שר האט עם אלעמאל פראבירט צו מאכן לאכן. ס'פלעגט געלונגען. ביז איין טאג האט די קעניג געוועהן אזוי בעצבות, אז אלע ווערטלעך העלפן נישט.

איז עם איינגעפאלן אן עצה. ער האט געמאכט א פּרענק אויף איינעם, יענער האט זיך אזוי אויפגערעגט אז זיי האבן זיך אנגעהויבן שלאגן הענט און פיס.

שטייט דער קעניג ביים פענסטער (משגיח מן החלונות) און זעהט ווי זיין קלוגער געלערענטער סעקולארער שר ליגט אויף איינעם און באָקס'ט עם אהן. יענער שטארקט זיך און ווארפט זיך ארויף אויפן שר און קלאפט אריין. ס'גייט אהין און צוריק, דער שר ליגט שוין פארבלוטיגט אבער שלאגט זיך און בייסט יענעם. דאס איז שוין צו קאמיש. דער קעניג האט אויסגעפלאצט אין געלעכטער. (יושב בשמים ישחק)

אבער דער שר ווייסט פארוואס ער שלאגט זיך אין די עולם המעשה, כדי זיין באליבטע קעניג זאל זיין פרייליך. ער לאכט אויכעט אויף די קריגערייען, אויף די בלוט. ווייל ס'איז דאך נאר א שפיל, א דשאק צו דערפרייען ידיד נפשו.

די נמשל איז א סוד. אבער אזוי פיהל איז קלאר, לעבן איז אווער רעיטעט. ס'נישט ווערד א קרעכץ. לאך אויף די דאגות. ביני ביני טוהסטו סייווי ערפיהלן דעם רצון הבורא.

לעבן איז א שפיל
נעם א טשיל
לאך מיט
וטוב לב משתה תמיד
😍😍😍
--

אלס א פוס צעטל:
די בעש"ט איז מסביר דעם הני תרי בדחני וואס זענען בני עולם הבא. מיט צוויי געלעכטער'ס ווערט מען א בן עוה"ב. 1. מ'לאכט אויפן וועלט (מ'טאנצט נישט נאך זייער שפיל אינגאנצען, נאר מ'טוהט וואס מ'שפירט ס'איז ריכטיג און גוט). 2. מ'ווייסט אז די וועלט לאכט אויף דיך (פארן נישט מיט ארבטען מיט זייער סיסטעם), און מ'לאכט אויף דעם אויכעט. ע"כ.

האט מיין רבי מפרש געוועהן ע"ד משל הנ"ל.
1. מ'דערפרייעט דעם קעניג עד כדי בדיחא מיט אונזער סטראגל'ס.
2. מ'לאכט אויכעט דערפון. ווייל ס'איז נאר א פּרענק עם צו מאכן לאכן.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר