אסטראנאמיע - ליקוי המאורות

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1519 מאל

אסטראנאמיע - ליקוי המאורות

שליחה דורך דיכטער »

חלק א'

דער שטוינענדע וואונדער פון א ליקוי חמה

עס איז אויף מיט דער נייעס אז א פולע ליקוי חמה איז אויפן וועג און אלע עקליפס-ליבהאבער לויפן כאפן דער זעלטענע געלעגענהייט צו פאראייביגן דעם מאמענט.
א פולע ליקוי חמה געדויערט א מאקסימום פון אביסל ווייניגער פון אכט מינוט וואו אין די פאהר מינוטן פארדעקט די טונקעלע זייט פון דער לבנה, דער שיין פון דעם זון און עס ווערט פינסטער אינמיטן העלן טאג.

כדי צו פארשטיין וואס דאס איז א ליקוי חמה און אזוי ארום אנערקענען דעם ווערד פון אזא געשעניש, איז וויכטיג פאר א רגע צו באגרייפן דאס באדייט דערפון, אז דער לבנה וואס איז בערך א פערטל דער גרויסקייט פונעם ערד קוגל און געפינט זיך אומגעפער צוויי הונדערט און פופציג טויזענט קילאמעטער ווייט, זאל באדעקן מיט א שטוינענדע פונקטליכקייט, דעם זון וואס איז הונדערטע טויזענטע מאל גרעסער פונעם וועלט און געפינט זיך ארום הונדערט און פופציג מיליאן קילאמעטער ווייט פון אונז.

איינמאל מיר פארשטייען דעם האר-פונקטליכקייט וואס עס פאדערט זיך פאר אזא צוזאמטרעף, קען מען גיין ווייטער.

וואס זענען די תנאים עס זאל זיך שאפן א ליקוי חמה

כדי עס זאל זיך שאפן א ליקוי, מוז דער לבנה זיך געפינען פונקט צווישן דעם זון און דער וועלט רעלאטיוו צו דעם אבזערווירער אויפן ערד, טאמער געפינט זיך דער לבנה א טראפ צו צפון אדער צו דרום, אזוי אויך צו מזרח אדער מערב, אינעם הימל, וועט דער ליקוי נישט פארקומען און דער זון וועט נישט פארדעקט ווערן.

דער לבנה׳ס רייזע ארום דעם ערד-קוגל

ווי מיר ווייסן, רייזט דער לבנה ארום דעם וועלט פון מערב צו מזרח און פארענדיגט א רונד יעדער חודש.

דער לבנה רייזט ארום דעם וועלט אין א רינג. דער רינג אין וועלכע דער לבנה רייזט, איז געבויגן אין פארגלייך צו דער רינג וואס דער ערד-קוגל מאכט ארום דעם זון מיט אומגעפער 5 גראַד. דאס הייסט אז דער לבנה רייזט ארום אינעם הימל עטוואס העכער אדער נידעריגער פונעם זון, פארנדיג פון מזרח צו מערב יעדן טאג. אינעם רינג זענען דא צוויי מאלן וואס דער קרייז פון דער לבנה טרעפט זיך מיטן קרייז פונעם זון, איינמאל אויפן וועג ארויף און איינמאל אויפן וועג אראפ. דעריבער וועלן זיין צוויי טעג יעדער חודש וואס דער לבנה קרוסירט אויפן זעלבן קרייז אינעם הימל ווי דער זון אבער בלויז צוויי מאל א יאר וועלן די טעג געפאלן אין א צייט וואס דער זון געפינט זיך דעמאלס דארטן, דאס מיינט אז אין דורכשניט געפאלן צוויי ליקויי חמה יעדעס יאר. (זע בילד)
Sun Moon Position.png
די פראבלעם איז נאר אז דער פונקט וואו די צוויי רינגען טרעפן זיך, פארט אויך ארום און בלייבט נישט שטיין אויפן זעלבן ארט, וואס דאס מאכט אז די ליקויי חמה זאלן זיך רוקן יעדעס יאר מיט בערך א חודש.

סארטן ליקויי חמה

עס זענען פארהאן פיר סארטן ליקויי חמה, געוואנדן אין דער געאמעטריע פון דעם ערד-לבנה-זון:
א פולע ליקוי, דאס איז ווען דער לבנה באדעקט פאר עטליכע מאמענטן דעם גאנצן זון.
א האלבע ליקוי, דאס איז ווען דער לבנה שפרייזט אריבער דעם זון, נישט פונקט אינעם צענטער, נאר ביי דער זייט.
א רינגליכע ליקוי, דאס איז ווען דער לבנה געפינט זיך צו ווייט און איז צו קליין אין אונזער אויגן צו קענען באדעקן דעם גאנצן זון און עס פארמירט זיך א רינג ארום דער שאטן פון דער לבנה, פון דעם חלק זון וואס דער לבנה באדעקט נישט.
א געמישעכטס פון עטליכע סארטן.
types-of-solar-eclipses.png
א פולע ליקוי נעמט דער ווייניגסטע צייט און עס איז דער מערסטע זעלטן פון אלע אנדערע סארטן.

די ליקויי חמה קומען אין פּאָרן מיט ליקויי לבנה. דאס מיינט אז ווען עס פאסירט א ליקוי חמה אנהייב חודש אדער סוף פונעם פריעדיגן חודש, וועט זיין א ליקוי לבנה אינמיטן חודש, כאטש וואס נישט אלעמאל פאסירן זיי העכער דער זעלבע געאגראפישע געגענט.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר