יסוד צדיק - מיין שובבים׳דיקער תיקון כללי

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1186 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 757 מאל

יסוד צדיק - מיין שובבים׳דיקער תיקון כללי

שליחה דורך מונטסורי »

אט איז שובבים, די קאלעמוטנע טעג צווישען חנוכה אין פורים, עס הענגען שוין די פלאקאטען אין שול וועגן די שובבי״ם טעיפס און תהילים מנינים, עס דערמאנט זיך מיר די אמאליגע הייליגע ווינטער נעכט אלץ אינגער בחור׳ל, געווען בין איך דאן א יאר פופצען אדער זעכצען, עס איז ליל שישי, פיר פארטאגס, די וועלט שלאפט נאך, אני ישנה ולבי ער, ערשט אפאר שעה צוריק בין איך נאכאמאל דורכגעפאלן אבער יעצט איז א נייע טאג, מודה אני לפניך, חדשים לבקרים רבה אמונתך, איך ווייס איך האב שוין געזאגט די זעלבע זאך אויך נעכטען, אבער היינט מיין איך עס אמת׳דיג, איך זאג מיר צו.

א טבת׳דיגער פרעסט גייט אויף דער וועלט, די ווינט שמייסט אין פנים, רייסט אין די אויגן, עס טריפט אייז פון די נאז און די פוסן-פינגער זענען פארפרוירען, מיין נשמה אבער איז וואַרעם, איך דריק זיך צו דאס תפילין בייטל צום הארץ און איך דערמאן זיך די הייליגע ווערטער פונם רבי׳ן ר׳ אלימלך אין צעטיל קטן וואס איך לערן יעדן טאג.

״אֵלֶה הַדְבָרִים דאס זענען די זאכן וואס א מענטש זאל טון יעדן טאג און ער וועט לעבן מיט זיי״, א בלופרינט פונם רבי׳ן אליין, א פונקטליכע פלאן מיך אפצוהיטען פון זינד און צו היילן מיין פארשמירטע נשמה.

״בְּכָל עֵת וָרֶגַע שֶׁהוּא פָּנוּי מִן הַתּוֹרָה, צו יעדע צייט און סעקונדע וואס ער איז ליידיג פון תורה, און בפרט ווען ער זיצט אליינס אדער ער שלאפט אויף זיין בעט און קען נישט שלאפען זאל ער טראכטען פון די מצוה פון וְנִקְדַשְׁתִּי בְּתוֹךְ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל״.

אבער נעכטען ביינאכט האב איך נישט געפאלגט דעם רבי׳ן און די שולד געפילען נאגן ביים הארצען, איך האב געליינט די קריאת שמע פונם אריז״ל בקדושה וטהרה, זיך אויסגעוויינט ביים סידור׳ל, הֶרֶב כַּבְּסֵנִי מֵעֲוֺנִי וּמֵחַטָּאתִי טַהֲרֵנִי, הֵן, זיסער באשעפער, בְּעָווֹן חוֹלָלְתִּי וּבְחֵטְא יֶחֱמַתְנִי אִמִּי, הַסְתֵּר פָּנֶיךָ מֵחֲטָאָי קוק מיר נישט נאך אזוי מיט א פארגרעסערונג גלאז, וְכָל־עֲוֺנֹתַי מְחֵה. איך האב געבעטען דעם באשעפער, בְּשָׁלוֹם יַחְדָּו אֶשְׁכְּבָה וְאִישָׁן, היט מיר אפ פון זינד, לאז מיר זיך לייגן בשלום און אויפשטיין בשלום.

אבער אנשטאט די אֵשׁ גָדוֹל וְנוֹרָא בּוֹעֵר וואס דער רבי ר׳ אלימלך האט געהייסען זיך פארשטעלן, האט געברענט אן אש גדול ונורא פון תאוות רעות רח״ל, די אש היצר, דער מקור התאווה. דער רבי זאגט כְּשֶׁיָבֹא לוֹ ח"ו מַחְשָׁבָה רָעָה מֵנִיאוּף זאל מען זאגן א פאר מאל וְנִשְׁמַרְתָּ מִכָּל דָבָר רָע, אבער איך האב דאס אלץ פארגעסען, פארגעסען אלע מיינע גוטע קבלות פון צופרי, פונם ישמח ישראל, פונם באר מים חיים, פון שובבבים, פונם יסוד שביסוד, עס איז געווען מוחין דקטנות, ווילדע געדאנקען האבן מיר איבערגענומען ווי עפעס א אומהייליגע דיבוק איז אריין אין מיר, זיך פוגם געווען אינם אות ברית קודש אַווי די נאכט פארדעם און די נאכט פארדעם.

די ווינט וואיעט און איך טראכט פון מיינע מוחין, דאס איז די נייע טערמין וואס איז מסביר מיין ראלער קאסטער פון עליות וירידות, מוחין דגדלות און מוחין דקטנות, און ווידעראמאל מוחין דגדלות און ווידעראמאל מוחין דקטנות. אין וואספארא מוחין געפון איך זיך יעצט? איך פרוביר צו פארשטיין מיט ביטערניש הלמאי מיין קטנות איז אזוי קליין אין מיין גדלות איז אזוי גרויס.

פָּתַח אֵלִיָּהוּ וְאָמַר, קלינגט מיר אפ אין קאפ, רִבּון עָלְמִין, הער פון אלע וועלטען, דְּאַנְתְּ הוּא חָד וְלָא בְּחֻשְׁבָּן, וואס דו ביסט אזוי איינציג ביז גאר, העכער פון אלע הויכקייטען, פארבארגענער פון אלע פארבערגענישען, נישטא קיין מחשבה וואס פארשטייט דיר, און דו ביסט דער וואס פון דיין איינציגקייט האסטו ארויסגעברענגט צען זאכן צו פירן די אפענע און פארבארגענע וועלטען, אין מיט זיי פארבארגסטו זיך פון פון מענטשען… חֶסֶד - די רעכטע האנט, גְּבוּרָה - די לינקע האנט, תִּפְאֶרֶת - די גוף, נֶצַח וָהוֹד - די צוויי פוס, יְסוֹד - פארענדיגט דאס גוף, דאס אוֹת בְּרִית־קֹדֶש… איי איי איי, איי איי איי, דאס אוֹת בְּרִית־קֹדֶש! און וויבאלד דו ביסט דאס אין די אלע זאכן, איז יעדער מענטש וואס טיילט אפ איינס פון די אנדערע צען איז דאס אים גערעכענט אזויווי ער האט זיך אפגעשיידט פון דיר… איי איי איי, איי איי איי, אִתְחַשִׁיב לֵיהּ כְּאִלּוּ אַפְרִישׁ בָּךְ!

אט קום איך שוין אן צום שול, די עקזאסט פען בלאזט ארויס א קלארינירטע ווארימע לופט, די שול איז ליידיג כמעט, דער בויטשיק לייגט אראפ דאס פעקל שמחה צעטלעך, אינם קארידאר דרייען זיך א צוויי דריי בחורים, אנגעצויגען מיט צוקנייטשטע פנים׳ער, צו ברויכען זיי אויך א מקוה ווי מיר? צו זענען זיי אויך אפגעשיידט פון זייער באשעפער? צו פרובירן זיי אויך אנצופאנגען פונדאסניי?

די הייליגע מקוה, לויטערע וואסער, מה מקוה מטהר את הטמאים, איך טובל זיך פיר מאל אזויווי די אתיות פונם שם הוי״ה, יוד - הי - ויו - הי, ס׳שטיקט ביים האלז, לֵב טָהוֹר בְּרָא־לִי אֱלֹהִים, איך בעט דיר טאטע זיסער, טויש מיר, מאך מיר ווי ניי, וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי, גראד מיר אויס ווייל איך קען נישט אליינס.

איך גיב א טבילה פארן רבי׳ן און נאך איינס פארן ריבניצער, זאלן זיי זיך מיען פאר מיר דארט אויבן, איך וויל בלייבען אונטערגעטינקען אין די הייליגע וואסער נאר מען דארף שוין באלד לויפן אין ישיבה.

איך יאג זיך אריין אין היכל פאר אפאר מינוט נאכאמאל צו חזר׳ן די הייליגע ווערטער פונם צעטיל קטן:

״לְסַפֵּר בְּכָל פַּעַם לִפְנֵי הַמוֹרֶה לוֹ דֶרֶךְ הַשֵׁם… כָּל הַמַחְשָׁבוֹת וְהִרְהוּרִים רָעִים.. אֲשֶׁר הַיֵצֶר הָרָע מַעֲלָה אוֹתָן עַל מוֹחוֹ וְלִבּוֹ… בְּשָׁכְבוֹ עַל מִטָתוֹ… וְלֹא יַעֲלִים שׁוּם דָבָר מַחְמַת הַבּוּשָׁה״.

הערשט די וואך האב איך בתמימות מקיים געווען די הייליגע עצה, בתמימות, טאטע, נאר בתמימות, אן קיין התחכמות. דער משגיח האט זיך פאראינטערעסירט אין די פרטים און די פרטי פרטים ווי דער הייליגער רבי ר׳ אלימלך שרייבט, איך האב גארנישט באהאלטען, וְלֹא יַעֲלִים שׁוּם דָבָר מַחְמַת הַבּוּשָׁה… אוי די בושה… עס האט געפילט ווי די געדערים גייען מיר איין בשעת דער משגיח האט מיר אויסגעהערט, איך האב זיך אויסגעוויינט און ער האט געלערענט מיט מיר די ווערטער פון די גמרא, פונם זוהר, פונם ראשית חכמה.

״ווען דער יצר הרע קומט לויפט מען אוועק״ דערמאן איך זיך דעם משגיח׳ס פייערדיגע ווערטער ״עס איז א מלחמה, מ׳לויפט צו אנדערע פלאץ און מען ארגעניזירט זיך פונדאסניי״.

איך בין אבער געבליבען נעכטען אויף די זעלבע פלאץ, נישט מלחמה געהאלטען, ניטאמאל פרובירט אפילו.

די מאויים׳דיגע צורות פון מיינע גע׳הרג׳טע קינדער שפרינגען יעצט פאר די אויגן ווי שדים, איך זע מער נישט דאס קונטרס׳ל, די שול היכל, נאר קינדער, טויטע קינדער מיטן משגיח, יעדער שטרעקט אויס דאס באשילדיגונגס פינגער, דו! דו ביסט דאס דער דער הורג נפשות, סוחטי הילדים בנחלים, די קאווע איבעלט און ס׳ווילט זיך אנטלויפען פונם מציאות.

אבער קיין יאוש איז נישט פארהאנען, ירידות און עליות, מוחין דקטנות און מוחין דגדלות, היינט וועט זיין נאר עליות, היינט וועל איך זיין אין מוחין דגדלות, דערציילן נאר גוטע בשורות פארן משגיח, מיין רבי וואס ווייזט מיר דעם דרך השם.

דער משגיח, א גרויער, שוין א יאר זעכציג אויף וועמענס גרויסע בויך און איינגעבויגענע רוקן איז קענטיג די צענדליגער יארן עבודת הקודש אונטער אים, אן אמאליגער איד מיט א פארצייטישער קאך וואס יראתו קודמת לחכמתו, זיין אויסגעאקערטע פנים איז תמיד ערענסט, אבלתו בפניו וצהלתו בלבו, אויגן וואס האבן געזען אויגן, א שאפראנער רב, א סקווירא רבי, א ר׳ יונתן שטייף, געהערט דעם רבי׳נס שובבי״ם תורות און אויך געזען די ערשטע פיצא געשעפט אין וויליאמסבורג, ער האט שוין געטאדעלט בחורים ווען בחורים זענען נאך געווען בחורים און ער האט געזען די ערשטע געבויגענע כובע היטלעך אין ישיבה, מיטגעהאלטען די ירידת הדורות גראד פארענט פון זיינע אויגן אן די מעגליכקייט עפעס צו טון.

מיר קינדער - זיינע תלמידים הקרויים בנים - זענען געשטאנען אלעמאל אין זיין קעגנווארט מיט גרויס יראת הכבוד, מיט א רעספעקט וואס איז כמעט ווי פארלוירן געגאנגען ביי די היינטיגע אינגווארג. אלץ דורשטיג פאר א גוט ווארט און א הדרכה אין עבודת השם האבן מיר אויסגעהערט דעם משגיח׳ס ווערטער צו יעדע געלעגענהייט מיט באגייסטערונג, יעדעס ווארט זיינער ווי גינגאלד און ווי שטיקער פערל, זיינס א מליצה׳לע, א משל, א שטיקל חסידות, ווי אלע פאליטיקס און הבלי עולם הזה זענען בטל ומבוטל קעגן א בלאט גמרא, קעגן איין התגברות אויפן יצר, קעגן איין מינוט עבודת השם.

א לייכטע שוידער איז מיר אדורכגעלאפען ווען ער האט מיר אנגעטאפט די אקסלען נאכן מעביר סדרה זיין שפעטער אין ישיבה.

״נו, וויאזוי גייט עס?״

איך נעם אראפ דעם של ראש, זיינע אויגן שטעכן מיר דורך, זיי דרינגען אריין אין די טיפענישען פון מיין נשמה, און איך קוק אוועק פארשעמטערהייט.

״ברוך השם״

איך פיל זיך נאקעט, אובאלומפערט, די בושה איז גרויס, ציוואס האט מיר דאס אויסגעפעלט בכלל? פארוואס בין איך געגאנגען רעדן צו אים?

דער משגיח שטייט, רירט זיך נישט פון ארט, איך זע א זעלטענע שמייכל אויף זיינע ליפן.

״וויאזוי גייט אונזער מלחמה?״

מיין דורכפאל שטייט מיר פאר די אויגן און איך שפיר ווי איך רויטל, איך וויל נאר צוריקגיין צום ישמח ישראל, צום סידורו של שבת, זיך גרייטען צום גרויסען שבת, פארגעסען פון אלעם, איך גיי נאר פאראויס צו מוחין דגדלות.

״ברוך השם, אסאך בעסער״ זאג איך מיט א פארשעמטער שמייכל.

״ברוך השם דער באשעפער זאל העלפען אויף ווייטער״.

ער ווארט צו הערן אויב איך וויל נאך עפעס זאגן, אבער מיין מויל איז ווי פארהאקט.

״אם פגע בך מנוול זה משכהו לבית המדרש״ זאגט דער משגיח, קוקענדיג מיט הנאה אויף די הייפל ספרים פארענט פון מיר ״תורה תורה, נאר תורה!״.

איך הער אים רעדן אבער איך זע שוין גארנישט, עפעס קנויל פארעמט זיך אין האלז און די טרערן וויל שוין קומען.

״פארצייל אלעס, רעד דיך אויס צו מיר, דער באשעפער וועט העלפען, א מלחמה קען מען נישט פירן אליינס״.

איך ווייס נישט ווי לאנג ער איז נאך געשטאנען דארט, ווען איך פארענדיג צוזאמלייגען די תפילין איז די היכל געווען כמעט ליידיג. איך מורמעל זיך דעם יום ווי דער מנהג נאכן מעביר סדרה זיין, ה׳ מָלָךְ גֵּאוּת לָבֵשׁ… עֵדֹתֶיךָ נֶאֶמְנוּ מְאֹד, און איך וויל אנקומען צו זיי אלע, באשעפער, אפילו עס נעמט לאנגע טעג, איך וועל אנקומען צו זיי אלע.

***

אתה בחרתנו, ווי נישט ווי זיך דורכגע׳בחור׳ט, והשאינו, ווי נישט ווי חתונה געהאט, ותתן לנו, און דערצו באקומען א כאַליאַסטרע קינדער נאך אויך, אבער דאס בחור׳ל איז אין מיר שטענדיג געבליבען, כי האדם עץ השדה, א מענטש איז ווי א צוויבל, א מאַטריאָשקא פון שיכטען שיכטען, ס׳קומען אלץ צו נייע אבער דאס אלטע בלייבט און ווערן באגראבען וואס אמאל טיפער, דאס קליינע אינגעלע איז ארומגענומען מיט א אינגער פרומער בחור׳ל, וואס איז אריינגעוויקעלט אין אן עלטערער פארוואונדעטער חתן בחור, וואס ער געפינט זיך אין דעם אומוויסענדער גליקליכער שנה ראשונ׳יק, וואס אויף אים איז געוואקסען דאס טאטע׳שאפט נאך איידער ער האט געוויסט פון פארדינען א פּעני, אין דארויף געפינט זיך דער כולל אינגערמאנטשיק וואס ראנגעלט זיך ארויסצוגיין פון כולל, וואס אויף דעם געפונען זיך שיכטען און שיכטען פון וואקסענדע טאטע׳שאפט, דירות, אמביציעס, אנטוישונגען און סוקסעסען, א נייע וועלט פון אויבער׳חכם׳שאפט און גלאטע אפיקורסות. אויף די נייע אינגערע שיכטען איז טאקע נישטא מער די תמימות פון אמאל, נישטא מער די הכנעה, נישטא מער קיין מעביר סדרה זיין, אבער טיף טיף באהאלטען איז דער אינגער צובראכענע בחור׳ל מיטן צעטיל קטן.

***

עס איז ווידעראמאל שובבים, ליל שישי פיר פארטאגס, די וועלט שלאפט נאך, אני ישנה ולבי ער, איך פארמאך די אויגן און איך הער זיך צו שטילערהייט צו מיינע מחשבות, אלעס ווערט שטיל און א נייע מציאות אנטפלעקט זיך מיר, גארנישט עקזיסטירט, נאר מיין אנטבלויזטע וועזן וואס אויף איר געפינט זיך די אלע ענדלאזע שיכטען, איך זע ווי דאס זענען אלעס בלויזע שאלאכץ, ווערדלאזע קליפות, פארוואקסען אויף דעם בלויזן ״איך״ וואס עקזיסטירט און אבזערווירט אלעמאל אינם אינטערגרונד, קליפות וואס זענען אפגעשיידט פונם רִבּון עָלְמִין, אבער דער ״איך״ וואס איז אונטער זיי אלע איז קיינמאל נישט געווען אפגעשיידט פון אים, ווייל דאס ״איך״ און דאס ״אים״ איז איינס און דער זעלבער, דער רִבּון עָלְמִין, דער ריינער לויטערער רִבּון עָלְמִין, אלוהי נשמה שנתתי בי טהורה היא, אז גאט איז ריין בין איך אויך ריין. די אלע קליפות אנגסטען און שולד געפילן זענען פרוכט פון דמיונות, אייגענע און יענעמס, דמיונות פון לעבעדיגע און פון די וואס זענען שוין לאנג געשטארבען, פון די וואס האבן געדריקט ספרים און די וואס האבן עס מוריש געווען אין מיינע גענעס דורך די דורות׳דיגע טראומע.

און זיי רוישן - די קליפות - ווי ווילדע כוואליעס, רידערן אויף ווי צו פארשטילן דעם אֵל מִסְתַּתֵּר וואס ליגט אונטער זיי, און גאט איז טאקע פארשטילט אבער נישט אויף אייביג, די קולות פון די קליפות זענען הויך, אבער גאטס קול דממה דקה איז פיל העכער און פיל שטערקער, מִקֹּלוֹת מַיִם רַבִּים… אַדִּיר בַּמָּרוֹם ה׳, פון אן אנדערע פריקווענסי אינגאנצען.

הַס כָּל בָּשָׂר מִפְּנֵי ה׳ כִּי נֵעוֹר מִמְּעוֹן קָדְשׁוֹ, גאט האט זיך דערוועקט אין מיר און אלע גערודער ווערן פארשטילט. איך כאפ זיך אז איך בין טאקע א חלק פון דעם חָד וְלָא בְּחֻשְׁבָּן, וּבְהוֹן אִתְכַּסִּיאַת מִבְּנֵי נָשָׁא, ער האט זיך באהאלטען פון די מענטשהייט טאקע אין די מענטשהייט זעלבסט. יְסוֹד צַדִּיק בְּשִׁבְעָה נֶעְלָם, דער צדיק אין מיר איז באהאלטען טיף טיף, פארהוילן אונטער זיבן זאכן, העכער פון אלע הויכקייטען, פארבארגענער פון אלע פארבערגענישען, באצייכענט בלויז מיטן אות ברית פונדרויסען, דער מקור פון אלע ברכות בין איך גאר, צַדִּיק יְסוֹד עוֹלָם, צַדִּיק אַנִי ה׳.

פלוצים איז שמחת תורה, שמחת תורה אינמיטען שובבים, איך טאנץ אין צענטער פונם גרויסען שול באקליידעט מיט ווייסע תכריכים, די ספר תורה צוגעדריקט צום הארץ, אויף די פארענטשעס ארום און ארום טאנצען פארלוירענע נשמות, צענדליגער טויזענטער נשמות, צעקאליטשעטע צעבראכענע צעגלידערטע, איינעם וועם פעלט א האנט און צווייטער באשטייט נאר פון א האנט, זיי קוקן אלע אויס פונקט ווי מיר, אווי שפיגלען, טויזענטער שפיגלען, איך זע דארט אויך מחלת און לילית, איך זע דארט דעם מלאך מיט די אויגן און דער אלטער משגיח אויך, אלע קלאטשען צום טאקט פונם ניגון, ווייזן מיט פינגער און זינגען ארום מיר, צדיק אתה, טאטע טאטע, צדיק אתה ה׳!

מֵעֵין הַבְּרָכָה
צַדִּיק יְסוֹד עוֹלָם

צַדִּיק אַתָּה אַתָּה
צַדִּיק אַתָּה
צַדִּיק אַתָּה ה׳

און פלוצים בין איך אויך אויף די פארענטשעס, דאס זענען נישט קיין שפיגלען, דאס בין איך אליינס, טאקע אין מחלת, אין לילית, און אינם משגיח, און איך זינג מיט זיי צו מיין גאט אין מיר, צדיק אתה ה׳, ביסט א צדיק אינגאנצען, איך בין דיר מוחל, מוחל מוחל, מחילה גמירה, מחילה בחסד וברחמים, נישט ווייל דו האסט תשובה געטון פון עפעס שלעכטס נאר מעודך ביסטו געווען גוט, ווען דו האסט דיך געפייניגט אלץ אינגער בחור, פרובירנדיג דערשטיקען די ברענעדיגע הארמאנען, ווען דיינע מענטשליכע צרכים האבן זיך גובר געווען, ווען דו האסט איינזאם אליינס דערנאך געוויינט אשמנו בגדנו, זאג איך דיר, לא אשמת, לא בגדת, לא עווית, ולא פשעת. אדם, א מענטש ביסטו, טאקע פאַרפּאַקט און א פעקל עפר מן האדמה, טאקע א טיפה סרוחה, אבער דיין געטליכע וועזן איז דא, דו ביסט גאט און ווייטער קיינער נישט.

און אינם בייכיגער משגיח מיט די ערענסטע טרויעריגע אויגן איז אויך פארפאקט דאס אייגענע אינגעלע, דער זעלבער פרומער בחור׳ל מיט זיין אייגענע פעקל שולד געפילען, א אינגערמאן א בן תורה וואס גלייכט א פוטער ברויט אבער וויל מואס זיין בחיי עולם הזה, א צוהאקטע שלום בית, אנטוישונג און די אייגענע קינדער, א פארזעעניש פון א קאריערע, ספיקות און ודאיות, פאלשע הנחות און מערערע אמת׳ן, גאט איז ביי אים פארשטילט דורך זיינע אייגענע רעש׳יגע קליפות, זיינע קליפות זעהן נאר דעם בחור׳לס קליפות אבער נישט דעם חלק אלוקי ממעל דארונטער, ער האט פרובירט אים צו העלפען מיט כלים וואס ער האט באקומען אבער ער האט נאכנישט אנדעקט זיין אייגענע נשמה.

ווען אנשטאט דיר בארואיגען האט ער נאר צוגעגאסען אויל צום פייער, לקיים מה שנאמר לאשמה בם, איז דאס אויך געווען די קליפות, זיינע אייגענע קליפות, איינע פון די פילע שיכטען וואס נעמען ארום די גאט אין אים, דער איין איינציגסטער גאט וואס געפינט זיך אין אונז אלע.

עס הייבט שוין אן טאָגן אינדרויסען, מען דארף שוין באלד גיין דאווענען, איך טובל זיך אין מיר אליין, אין מיין לויטערן עצמיות, מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקודש ברוך הוא מטהר את ישראל, איך בלייב שוין אזוי אינטערגעטינקען גע׳טובל׳ט אין געטליכקייט, מקוה ישראל ה׳, די קליפות פארווארפען העט ווייט ווייט אוועק, אלע פגמים זענען מתוקן, זאל די טבילה זיין פאר זכות, לעילו נשמתו הטהורה פונם משגיח וואס דרייט זיך נאך ארום אין זיין אייגענע עולם התוהו, ער זאל אויך געפונען זיין אייגענע נשמה בקרוב ממש, אמן.

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר