צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 668
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 2806 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2060 מאל

צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

שליחה דורך אלפא »

צווישן טעראר און מלחמה
צווישן נקמה און דיפענס
צווישן אנטי סעמיטיזם און אנטי ציוניזם
צווישן קאלעקטיווע פאנישמענט און אויסראטן דאס פארפוילטע
צווישן פרא פאלעסטינע און פרא כאמאס
צווישן רחמנות און יוסטיץ
צווישן טעראריסטן און מיליטאנטן
צווישן פארדאמען און זיך קעגן שטעלן
צווישן שטיצע און בארעכטיגונג

אין אנדערע ווערטער הייסט עס "צווישן האמער און נאגל"!

דא איז וואו יעדער פאליטיקאנט, אנאליסט, דזשורנאליסט, היסטאריקער, פסיכאלאג, סאציאלאגיסט, איד און אראבער, טרעפט זיך אינעם יעצטיגן מערכה.
וויי איז צו דער וואס עפנט די מויל, ערגער איז צו דער וואס לאזט עס פארמאכט, און אומפארשעמט איז דער וואס זאגט עפעס דמשתמע לתרי אנפין.

וואס זעט אויס ווי א גרויליגע אקט פון ריין שלעכטס, קען פארוואנדלט ווערן אין היסטארישע 'קאנטעקסט'.
וואס קען אויסזען ווי א פשוטע מלחמה, איז פארוואנדלט געווארן אין א פאליטישע סאמעטוכע.
וואס שיינט צו זיין א דעפענסיווע מיטל, איז געווארן א מידיע סענזאציע.
וואס פלעגט צו זיין פונדאמענטאלע מענטשליכע אינסטינקטן, זענען געווארן פארטיזאנע געפילן.
און איבער אלעם זענען ציווילע לעבנס געווארן די שפיל קארטן פון זעלבסט געקרוינטע מיינונג זאגערס...

די מצב איז נישט פשוט, די עמאציעס זענען ווילד, די דראנג פאר מיטגעפיל איז אויפן העכסטן, און די גרינע ליכט פאר וואס-אימער אקט בעט זיך פאר פארשטענדעניש.

האלטן דאס קאפ אויפן פלאץ איז נאנט צו אוממעגליך, אבער רעדן אנע קאפ איז אומדערהערט.

_____________________________________

וועל איך דא פראבירן א טראפ צו אנאליזירן די זאווערוכע ארום די מערכה, פון א סאציאלאגישן אויסקוק אויף די רעטאריק פון אלע זייטן, אן אריינגיין און די פראקטישע השלכות פון יעדער שטעלונג, אבער יא צונעמענדיג די בייעסעס ארום און ארום (אריינגערעכנט מיינע..).
ויהי רצון שלא אכשל ואל יצא תקלה מתחת ידי, מיינע ווערטער זאלן ווערן אפגעלערנט ריכטיג(?), קיינער זאל נישט פארווייטאגט ווערן בשום פנים, און עס זאל נאר פארמערן די גענעראלע גוטס.

איך וועל אנהייבן מיט די סתירה וואס בען שפירא ברענגט ארויף דא ווי אזוי אין די מידיע ווען איינער זאגט עפעס אנטקעגן דזשארדזש סאראס רייסט מען אראפ אלס נאצי, אבער ווען איינער זאגט קלאר אז ער איז א נאצי גייט מען אים פארענטפערן און פראבירן צו בארעכטיגן, וועלכע איז אמת און א געוויסע זין.

די סתירה איז אזוי שטארק אז א תירוץ פארלאנגט זיך, א תירוץ וואס קלארט אביסל אויס די הנחות אונזערע, (כמאמר הידוע אז ווען רע"א בלייבט מיט א צריך עיון קען מען דאס נישט פארענטפערן, אבער ווען ער בלייבט מיט א צריך עיון גדול ווייסט מען אז מ'מוז דא לערנען א צווייטע פשט וואס וועט עס פארענטפערן..).

דאס איז אבער נאר א חלק פון די בילד, די גרעסערע קשיא איז ווי אזוי מענטשן אויף דער פלאנעט יארע 2023 זענען בכלל מעגליך דורכצופירן אזאנע ברוטאלע שחיטות און פיינוגונגען, וואס איז אויך נאר א חלק, בעת וואס די מעגליכקייט צו טריאומפן דערמיט און עס סעליברירן און פייערן איז דאך ממש מרפסן איגרי, אזש עס מוז בהחלט ליגן א צווייטע סארט זעל אין די צוויי פיסיגע וואס זענען קעיפעבל אויף אזאנס.

לאמיר לאזן די קשיות אין א זייט, און צוהערן פאר א מינוט די ווייטאג פונעם שונא, פארן אריינרעדן אדער איבערשרייען.
דא
דא
דא
און דא
זיי באציען זיך צו צוויי עיקר נקודות, 1. די שטילשטאנד וואס הערשט איבער די טויט פון ציווילע אין עזה דורכאויס די יעצטיגן קריג לעומת די פארדאמונגען איבער די לעבנס פון די קרבנות אין ארץ ישראל, 2. די איגנאראנץ וואס הערשט איבער די ברייטערע בילד וואס האט געפירט כאמאס אדורכצופירן די אקציע, די ווייטאג, די אפרעשאנס, און די יארן לאנגע האס וואס מדנ"י האט זיך פארדינט אין זייער מיינונג.

פון מדנ"י (און אידן/שטיצער איבער די גארע וועלט) הערט מען מער ווייניגער איין קול, דאס איז די וויכטיגקייט אראפ-צו-ווישן כאמאס פונעם מאפע איינמאל פאר אלעמאל אן קוקן רעכטס און לינקס, און דאן זיך זעצן איבער טראכטן די סיטואציע.

צווישן די שטיצער צו דעם געדאנק הערט מען אבער יא ביינזאם די ווערטער proportionate, restraint, און די צורך נישט איבער צו טרעטן קיין רויטע ליניעס אין אויספירן די מיסיע. ואליבא דאמת איז דאס דערווייל א לחש בדיבור, ווייל במעשה פארשטייט יעדער די פאזיציע פון מדנ"י און זייערע מעשים זענען דערפאר ע"פ רוב בארעכטיגט ביים עולם.
דאס זאגט נאך אבער נישט קיין סאך פאר אויף די קומענדיגע טעג ווען לויט געוויסע אנאליסטן גייט זיך די אנטי-מלחמה רעטאריק מער פארשפרייטן מיט יעדן טאג אריין אין די מלחמה און מיט יעדע פאר צענדליגע ציווילע קרבנות דערפון, אבער לעת עתה איז דאס די אנגענומענע שניט.

דאן איז דא די אלע מיטל מענטשן, סיי די מידיע פערסאנאל, סיי פרא פאלעסטינע שטיצער, און סיי אידישע אקטיוויסטן, וואו יעדער שלאגט פאר זיין קוק ווינקל, זיינע דרשות, מאמרים, פאוסטס, ווידעאס, און טוויטס, וואו נואנסן זענען די הויפט שפילער אינעם געים.
אנגעפאנגען ביי די NY TIMES און די BBC וועלכע האלטן זיך אפ פון אנרופן כאמאס א 'טעראר ארגעניזאציע', ביז א Football club וועלכע וויל נישט אנצינדן די בלויע און ווייסע לעמפלעך. זייער קעגנערס אין די מידיע וועלכע רייסן זיי אראפ דערפאר, און שרייען אז יעצט איז די צייט צו פארדאמען די טעראריסטן און שטיין פאראייניגט מיט מדנ"י.

די הונדערטע פרא פאלעסטינע וועלכע שטיצן פאלעסטינע מיטגלידער, פירן אן פראטעסטן אנקעגן מדנ"י, און האלטן פענער און שרייען Free Palestine. און פון די אנדערע זייט די וועלכע ווייזן אן אויף די ‘Gas the Jews’ סלאגאנען, אויף די טיפערע באדייט פון 'פריי מאכן פאלעסטינע', אדער אויף די וואוקס אין אנטיסעמיטישע אטאקעס צו וואס דאס האט געפירט, צוזאמען מיט אונטערשטרייכן די אומדערהערטקייט פון שטיצן א שמעק טעראר, אדער די שולדיגקייט פון כאמאס אין די אומסטאביליטעטן און פאטאליטעטן אין עזה יעצט און פון אייביג.

הצד השוה, יעדער נוצט זיך די ווערטער וואס רעזאנעיטן מיט זיין אידעאלאגיע און וועלט-אויסקוק, און דאס ווערט אטאמאטיש פארטייטשט אלס קעגן-זייטיג און קאנטראדיקטארי צו מיטשטימען מיט די פארקערטע צד.

לאמיר אריינזומען אין דעם 'צד השוה' פאר א מאמענט און זען צו מ'קען עפעס דערווישן דערפון:
ווען איינער קומט ארויף אויף א נייעס סטאנציע און מ'פרעגט אים וואס ער זאגט צו די טויזענטער פאלעסטינער וואס שטארבן אין די מערכה (לדוגמא נפתלי בנט), האט ער צוויי אפציעס, אדער אריינגיין אין א טענה'ריי איבער דעם, אדער פשוט טענה'ן אז עס איז אירעלעוואנט. די שוועריגקייט מיט די צוויי אפציעס זענען אז ביידע עקזיסטירן נישט אין קיין וואקיום, דהיינו, וויאזוי מ'זאל נאר דרייען די שמועס גייט מען ארויסנעמען א סטעיטמענט דערפון, שוין אפגערעדט אויב ער האקט איבער די שמועס מכל וכל. וואס די סטעיטמענט איז? ווענדט זיך שוין יעדער איינער מיט זיין פילאזאפיע. ביי איינעם מיינט א פארענטפערונג א סיגנאל פון שוואכקייט בעת ביי א צווייטן איז דאס א צייכן פון אויפריכטיגקייט, ביי איינעם איז איגנארירן די בעסטע וועג ארויס און ביי א צווייטן ווייזט עס אויף אומטאלעראנץ, ביי איינעם איז 'פאליטיש קארעקט' א געראטענע וועג צו האנדלען און ביי א צווייטן איז עס די שטערקסטע צד וואס מ'קען נאר נעמען, א.א.וו.
די געדאנק איז אז ווען אביעקטיווקייט איז באגראבן אונטער הויפענעס פון הייסע געפילן איבער א מצב איז פשוט נישט מעגליך צו נוצן שפראך אויף א צופרידנשטעלדע וועג, ווייל אפי' איינער גייט שוין ארויסווייזן בנשימה אחת זיין סימפאטיע מיט ביידע זייטן – גייט ער לויט אנדערע ספאנטאניש ווערן אנגעקוקט ווי אן היפאקריט פאר דעם איינעם אקט.

דאן וואס איז יא די וועג? די תשובה פארשטייט זיך ווענדט זיך וועמען מ'פרעגט! אבער דאן איז מען צוריק אינעם ספייערל.. (זיך אנשטעלן ווי כאילו די נאז איז פארשטאפט – כמשל ה'פוקס', איז אייביג מעגליך, אבער טוט נישט קיין סאך צוגעבן..)
די איינציגע עצה לדעתי אין אזא מצב, איז פשוט איבערצוקייען די פראבלעם אליין נאכאמאל און נאכאמאל, און ווערן אזוי קלאר דערין אז סימפאטיע מיט יעדער איינעם אין דעם ווערט די אטאמאטישע רעאקציע!
פארשטיין, און צולייגן קאפ, צו די קאמפלעקציטעט פון נואנסעס אין דעם פעלד, פארשטיין אז יעדער מיינט גוטס אין זיין אפטייטש דערפון אבער האט סיימאלטעיניעסלי מורא צו פארלירן זיין פאזיציע אינעם מערכה, די פלינקע אפסטעמפלעריי און די אוממעגליכקייט צו בלייבן באלאנסירט (– וואס עס זאל נאר מיינען) אין יעדע זאץ, די שוועריגקייט צו האבן סימפאטיע מיט יעדעם איינעם גלייך און פאר די אייגענע ברידער נאך מער, די גאל פון קענען בארעכטיגן א צווייטע זייט און נישט ווערן דעטראנקען דארט...


לאמיר יעצט פראבירן צוריק-צו-טרעטן צו די עצם מערכה,
• קיינער (מיט א גראדן קאפ) לייקנט נישט אין די שלעכטסקייט פון דערמארדן און פייניגן הונדערטע ציווילע אזוי ווי דאס וואס האט זיך אפגעטון פאריגע שבת אין א"י.
• קיינער לייקנט נישט אין די ליידן וואס די עזה איינוואוינער זענען אריבער די לעצטע פאר צענדליגע יארן.
• קיינער לייקנט נישט אז יעדער טויטע ציווילע אין א מלחמה איז א טראגעדיע פאר זיך.
• קיינער לייקנט נישט אז מדנ"י מעג זיך דיפענדן.
• אז אמעריקע מיט ענגלאנד האבן באמבאדירט טויזענטער ציווילע אין די צווייטע וועלט מלחמה.
• און אזוי זענען דא נאך זאכן און פאקטן וואס קיין איין רעכטדענקיגער מענטש לייקנט נישט.

נאר וואס יא? די וועג פון נישט לייקענען ביזן מודה זיין איז א פיינפולע! ווייל יעדער פון די סטעיטמענטס קומט מיט אן המשך אויב שטומט מען צו די קאפ דערצו.
• אויב איז די אטאקע באמת אזוי evil, דאן האט דאך יעצט מדנ"י רעכט פאר אלעם. נישט אזוי?!
• אויב עזה ליידט יארן, מיינט עס אז מדנ"י איז שולדיג, און אז זיי דארפן צאלן די אלטימעט פרייז. ניין?!
• אויב יעדע ציווילער טויטע איז א טראגעדיע, דאן טאר מדנ"י דאס נישט טון אויף קיין שום אופן. אולי?!
• אויב מעג מדנ"י זיך דיפענדן, דאן מעגן זיי פלאך מאכן עזה פאר יעדן פרייז. נישט דאס פאלגט נאך?!
• א.א.וו.

דא -אין די סארט ארגומענטן- איז ווי די לאגיק גייט א גאנג, די טענה'רייען זענען צו היציג צו האבן די מינוט פון קלארקייט צו מאכן די חשבונות אויף פאפיר.

• דאס אז הרג'נען מענטשן איז שלעכט איז טאקע א מונח, אבער די דעפינאציע פון 'טעראר' און 'טעראריסטישע ארגעניזאציע' איז שוין נבוך אין א שטיקל מעטער אוו לענגווידזש – הגם רוב אין די מערב וועלט (און במדת מה יעדע רעכט-דענקיגער פערזאן) נעמען טאקע אן די אינטענשאן צו הרג'נען ציווילע און אנזייען כאאס אלס די פשוטע דעפיניציע פאר טעראר, קען מען אבער נישט לייקענען דאס אז איינצעלנע אויסגאבעס אדער מאנכע מיט געוויסע אגענדעס דעפינירן עס אנדערש (און שפראך איז כמובן נאר א סאציאלע קאנסטרוקציע..) אזוי צו אזוי מאכט עס נישט אויס לגבי די 'טעראריסטישקייט' פון די אקציע זעלבסט, עס מאכט אבער יא אויס לגבי די רעאקציע דערצו (און לגבי די רעאקציע איבער די דעפינאציע אליין..). דהיינו, אויב זאל מען אננעמען אז כאמאס איז כל כולו דא פאר טויט פון די מענטשהייט – עכ"פ פון מדנ"י – איז דאך לכאו' פשוט אז מ'דארף זיי זען אראפ פון די מאפע, און אז עס איז א שאד די שפייעכטץ צו פארהאנדלען מיט זיי (הגם מ'קען אויך שפעקולירן די מעגליכקייטן פון אויספירן אזא זאך למעשה). אויב אבער האבן זיי יא א שטיקל לעגיטימאציע אלס אריינגעוועלטע גאווערמענט (וואס מ'זאל אננעמען אז די וויילער שטיצן נאכאלץ) און כולי האי ואולי איז יא דא א צווייטע מהלך מיט זיי, דאן קען מען פארשטיין די רעזיסטענס פון געוויסע זיי צו דעפינירן אלס אנטבלויזע טעראריסטן, - על אף זיי פארדאמען די אקט פונקט אזוי - איז עס די דעפיניציע חילוק וואס צווינגט זיי זיך צו אנהערן אנדערש.
(מ'קען אויך אריינגיין פסיכאלאגיש, טיפער אין די חילוק פון פארדאמען טעראריזם אויפן יחידישן פארנעם אבער זיך פרייען מיטן ברייטערן מפלה פונעם שונא איינמאל עס איז געטון געווארן... וואס פאר א טעסט דערויף, זאל יעדער זיך אליין איבערטראכטן וויאזוי ער וואלט געשפירט ווען אזא אטאקע קומט פאר דורך מתנחלים אויף כאמאס, לדוגמא. אבער דאס איז שוין בגדר שפאלטן האר..)

• דאס אז עזה ליידט איז א פאקט. אבער צו מדנ"י איז בכלל שולדיג דערין אדער נאר די פעיליאר פון כאמאס איז וואס איז אחראי? צו דאס בארעכטיגט ווייעלענס? צו זיי טארן זיך נישט וויקטימייזן? צו זיי האבן שוין געהאט שאנסן זיך ארויסצוזען דערפון? דאס זענען אלעס אפן פאר דעבאטע. און עס מוז נישט בהחלט נאכפאלגן קיין אטאקע אדער אפי' סעלעבראציע דערצו מיט דעם איינעם הנחה.

• דאס אז ציווילע טויטע איז טראגיש איז א ודאי! די שאלה איז נאר נאכן אפשאצן די מצב, וואס איז טאקע די בוחר הרע במעוטו אין דעם פאל? און אויף דעם איז קיין איינער נישט טראסטבאר צו ענטפערן אונטער עמאציאנאלע דרוק, בפרט ווען די נקמה אינסטינקט ברענט אונטער די הויט..

• דאס אז מדנ"י מעג זיך דיפענדן שטימט יעדער צו. אבער צו ביבי נתניהו איז די ריכטיגע קאנדידאט דערפאר, און צו ער איז גאר במקצת שולדיג אין די התחלה פון דעם קריזיס, און צו ער ודעימיה זאלן מחליט זיין וואס דעפענסיווע הייסט, דאס איז שוין מער פארצווייגט.

מ'קען גיין on and on, נעמען די ארגומענטן און מחלק זיין לאגיש צווישן די הנחות און די מסקנות, און דאס איז באמת וואס ס'פארלאנגט זיך. די פאראדאקס איז נאר אז טאקע ווען ס'פארלאנגט זיך דאס מערסטע האט קיינער נישט די אפעטיט דערפאר, און אנשטאט דעם ווערט יעדער אין בילד אפגעזיגלט לנו או לצרינו מיט איין פאלשע דריי.

איך וויל נעמען נאך איין רינגעלע צו דעם קייט פון מערכות, דאס איז די סאטמאר'ע (און אביסל די נטורי קרתא) שטעלונג אין דעם נושא.
איך גלייב אז טאמער ציילסטו זיך נישט פון זיי איז דיין בלוט שוין פורפל נאר פון זיי דערמאנען דא, אבער הא גופא איז וואס איך פראביר דא, איך וויל זען צו ס'איז שייך פאר א מינוט צו רעפלעקטירן אויף די אייגענע געפיל און מיינונג פאר א ספליט סעקונדע איידערן טאנצן צום 'ימח שמם' פזמון.
ווי געשמועסט, איז קיינער נישט גערעכט אדער אומגערעכט אביעקטיווערהייט אין דעם קאנפליקט, טאקע ווייל ווי מ'דרייט עס נאר באמפט מען אריין אין א צווייטן סוביעקט. אבער דאבל סטאנדארטן דארפן פאטשן אין פנים פאר יעדן גראדן דעת, סיי פאר דעם סאטמאר'ע וואס האקט יעצט אויפן מדינה פול-פורס אן זיך רעכענען מיט בעסיק מענטשליכקייטן, און סיי פאר דער וואס שרייט ימח שמו אויף זיי פארן שרייען ימח שמו אויף זייער קעגנער... ודי בזה.


היוצא מדברינו, די טענער זענען טאקע היציג און נעקסט לעוועל פערזענליך, די לאגיק פארנעפלט. אבער אויב נאר קען מען זיך זעצן ארום א גרויסן טיש, די זייגערס אפגעשטעלט, און שפראך קען ווערן געהערט אין א סטערעאפאניק וועג ענדערש ווי אין מאנאפאניק, וואלט די וועלט געווען אסאך א בעסערע פלאץ.

אבער אויף דעם אליין קען מען זיך טענה'ן, ווי בען שפירא איז פארנומען אז די לינקע מיינען אז די גאנצע וועלט שעירט זייערע בעיסיק וועליוס איבער וואס מ'קען קומען צו פארהאנדלונג, און באמת איז נישטא מיט וועמען צו גיין צום טיש to begin with. פון די אנדערע זייט טענה'ן די חברה אז קיין אנדערע אפציע איז נישטא, און ביאלאגיש איז יעדער יא מחשיב לעבן.. (עס ווערט אביסל נתהפך היוצרות ווי די רעכטע דרייען זיך ארויס פון פארשלאגן א סאלושאן בעת די לינקע שטעלן יא פאר איינס, אנדערש ווי ביי די קאנפליקט זעלבסט, וואו די לינקע קענען נישט געבן קיין סאלושאן ווי אזוי צו דיפענדן מדנ"י אן צו הרג'ענען ציווילע אויפן וועג און די רעכטע זענען זיכער מיט זייער פאזיציע דערין. מ'קען דאס באמת אנקוקן ווי א שטיקל נספח צו די ברייטערע worldviews פון רעכטע און די לינקע, ווי די רעכטע זענען דא פאר דירעקטע תכלית – נישט קויפענדיג קיין ווייטע האפענונגען, און די לינקע פראבירן צו קוקן טיפער און ברייטער – צומאל אויפן פראגמאטישן חשבון.. און די קאנפליקט אליין איז פון די שווערסטע צו זעצן ביידע זייטן ביים טיש מיט אן ענליכע מאס געדולד... וד"ל)
וחוזר חלילה.


עס בלייבט נאר איבער פאר יעדער וואס קען באשטיין צו האלטן זיין קאפ איבערן שטורעם צו הערן ביידע זייטן בנאמנות, זיך פארהערן איבער די אייגענע בייעס, און אפי' נאכן האבן א שטארקע מיינונג נאכאלץ האבן די אויערן אפען פאר די ווייטאג פון די קעגנער.. אן קיין אבער'ס האט מיין מלמד געזאגט, נישטא קיין 1300 טויטע אין א"י אבער עזה.. און ס'נישטא קיין ציווילע טויטע אין עזה אבער... יעדער איז גלייכבארעכטיגט מיט סימפאטיע צו זיין ווייטאג, און צו זיינע מסקנות און די פארצווייגטע סוגיא!


לסיום, וויל איך יא ארויסשטעלן מיינע קארטלעך צום עולם, כדי צו זיין א נאה מקיים..
איך בין פערזענליך אויפגעוואקסן אלס הייסע סאטמארע, אפי' גענויגט צו נטורי קרתא א טראפ, שפעטער בין איך געווארן אויפגעקלערט, האב איך כמובן יא געקענט איינזען אין די תועלת און אין די געדאנק פון א מדינה, למעשה אבער בין איך פארט א שטיקל לינקע אין פאליטישע איינגעלעגענהייטן (מסתבר אלס מיין באקאנטשאפט אין די פסיכאלאגישע פעלד..). וועלכע האבן מיר גראד אין אנפאנג פון די מצב געלייגט אין א שווערע פאזיציע, זיצענדיג צוקוועטשט צווישן 'האמער און נאגל'.. און נאכן אויסהערן און זיך אנליינען א געוואלד די וואך אביסל אויסצוקלארן די בילד, האב איך מיר נאכאלץ געטראפן ביי אלף, די 1300 קרבנות פון מיינע אידישע ברידער זענען שוידערליך, די החלטות פון די מדנ"י גאווערנמענט זענען צו מיר אומטראסטבאר בפרט אין אזאנע הייקעלע עניינים, די געפיל אז מ'דארף עפעס טון שרייט איבער אלעם, און די פאלעסטינע ווייטאגן פון מיינע 'מענטשליכע ברידער' זענען אויך נישט צום איגנארירן...

שוין בין איך דא מיט אן אנאליז פון מיינע מחשבות ארויס, למעשה אבער זע איך אז איך בין יא א טראפ גענויגט צו סימפאטיזירן די פאלעסטינער, לכאו' מכח וואס די צד איז נישט אזוי פאפולער ביי אונז (אפשר אין סאטמאר גאר יא?!) און מיין בייעס שטופט מיר צו זיין יוניק.. אבער איך גיי עס נישט איבערשרייבן לכבוד דעם.. איך קען אבער יא זאגן, אז די אראבישע רעדנער אין די מידיע האבן מיר אסאך מער אויפגערעגט ווי די ישראלישע, ווי נישט ווי האבן זיי נישט קיין שכל... און פאר וועמען עס איז צו קאלט אין אזא הייסע צייט, בעט איך איבער פערזענליך..


נ.ב. איך בעט אנטשולדיגונג אז איך האב נישט גע'רעפרענצט יעדע קאנצעפט און אויב איז עס נישט ארויסגעקומען אזוי קלאר ווי איך וואלט געוואלט, עס איז מיר געווען צו שווער צו טרעפן און געדענקען יעדע מקור און צו מסדר זיין מיין מח נאכן זיך אנליינען און אנהערן אזוי פיל אין דעם איינעם וואך.
אויב איינער ווייסט איבער א רעפערענס וואס איך האב אויסגעלאזט, זאל ער ביטע שיקן אין אישי, איך וועל עס בל"נ לינקען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אלפא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 224 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר