מיינע זיכרונות פון סיגעט!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24964 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15093 מאל
קאנטאקט:

מיינע זיכרונות פון סיגעט!

שליחה דורך berlbalaguleh »

רבותיי דערשרעקטס ענק נישט. איך מיין נישט די שטאט סיגוט אינדערהיים אין די מארמאראש. איך ווייס נישט וואו דאס איז. איך קען עס אפילו נישט אויפזוכן אויף א מאפע.

איך רעד פון סיגעט'ער בית המדרש אויף היוז סטריעט אין וויליאמסבורג.

ווען איך בין געווען א יונגער בחור גלייך נאך מיין בר מצוה האב איך געלערנט אין קאשוי. די ישיבה איז געווען (בימים ההם) אויף ראסס סטריעט. די דארמיטארי איז געווען אויף הופער סטריעט. שבתים בין איך איינגעשטאנען ביי מיין פעטער. ער האט געדאוונט אין סיגעטער ביהמ"ד.

שחרית לשבת האט מען געדאוונט אום 9:30 אזייגער.דער (דאמאלס) סיגעטער רב האט נישט דארט געדאוונט די מערסטע שבתים וואס איך געדענק. ער איז מסתמא געווען אויף די מקומות הקדושים אין די שטאט מיאמי, פלארידע.

ארום 3:30 אזייגער שבת נאכמיטאג איז (שוין) געווען א געפאקט ביהמ"ד. אידן זענען געזיצן און געלערנט תורה. איינער האט געלערנט גמרא מיט א חברותא. א צווייטער איד האט געלערנט מיט א חבר חומש רש"י מיט מפרשים.אן אנדערער איד האט געזאגט תהילים.

אין חדר שני (ס'איז געווען מער ווי א פאליש) האט א איד א גרויסער תלמיד חכם ר' דויד לעבאוויטש ע"ה פארגעלערנט א שיעור גמרא-תוס'. מ'איז נישט געווען ביזי מיט די אלע שטותים פון יא דף היומי אדער נישט דף היומי. אידן האבן געלערנט תורה. ס'איז געווען א געשמאק.

אום 6 אזייגער האט זיך געשטעלט א מנין צו דאווענען מנחה. א טייל אידן (די מער אשכנז'ישע) זענען אהיים געגאנגען צו שלוש סעודות.

ס'זענען געווען די מערסטע חסיד'ישע אידן מיט שטריימל און בעקישע. נאר אויך אן עולם פון אשכנז'ישע אידן. די מערסטע אן א בארד. א טייל מיט א קליין, געשטיצט בערדל.

בערך א שעה פאר'ן זמן מוצש"ק האט מען געדאוונט מנחה און זיך געוואשן צו שלוש סעודות. מ'האט געבענטשט ביים זמן פון ר"ת. ס'זענען געווען מערערע מניינים. מענטשן וואס האבן געהאט יארצייט אין די קומענדיגע וואך האבן געדאוונט פאר'ן עמוד. ספעציעל צווישן פסח און שבועות. ווען די נאציס ימ"ש האבן אוועקגעפיהרט די אונגארישע אידן קיין אוישוויץ.

דאס סיגעטער ביהמ"ד איז געווען די צווייט גרעסטע בית המדרש. נאך סאטמאר. אפשר פאפא.

ווער ס'האט נאך זיכרונות פון יענע יארן (די תש"כ יארן) ווערט געבעטן ארויפצולייגן.

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר