העכסטע צייט צוריק גיין צו אמת'ע חסידות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
מצב הדור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 4:39 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

העכסטע צייט צוריק גיין צו אמת'ע חסידות

שליחה דורך מצב הדור »

מהו דרך החסידות?
און לאז מיר דאס מסביר זיין, דער "אמת'ער" דרך החסידות, דאס איז לכאורה דער בעסטער מהלך אין אידישקייט. דהיינו, אין אידישקייט דארף מען פרובירן צו באלאנסירן די חלק המחשבה און די חלק המעשה, (וואס איז נישט אמת נישט ע"פ חכמי המוסר, נישט ע"פ קבלה, וכ"ש וכל שכן נישט ע"פ חסידות, אבער נניח), און פון די אנדערע זייט נאר גיין נאכן מחשבה, און לצורך זה האט מען געדארפט באיזה אופן שהוא ארויסהייבן מער די חלק וואס איז געווען שוואכער, און אביסל אראפברענגען די חלק וואס איז געווען שטערקער בימים ההם עס צו קענען באלאנצירן. איך גיי נישט יעצט אריינגיין אין קיין אריכות, מען קען שרייבן גאנצע ביכער אויף יעדן מהלך און אידישקייט באזונדער, זייער וועג אין דעם נושא וואס דאס איז כולל לכאורה אויך די מהלך פון די חכמים הראשונים מימות הזקנים שקבלו מיהושע בן נון, (איך רעד לפי קבלת חז"ל אין היסטוריה) - אין וואס איך קען נישט צופיל זאגן, פשוט ווייל איך ווייס נישט, איך האב עס נאכנישט דורכגעטוהן - און בפרט די מהלך פון די פרושים, צדוקים, קראים, איסיים, שבתאים בתחלת דרכם, דער רמב"ם ואחריו הטור והשו"ע קבלה, חסידות, גר"א ותלמידיו, נאר איך בין נאך נישט אנגעקומען דערצו, און ביטע: פארן מיר אויסלאכן פארן צאמשטעל, פארגעס פון דיין חינוך, און גיי נאך די זאכן מיט א בליק פון אינדרויסן וואו יעדער האט פרובירט צו טרעפן א וועג אין דעם נושא, געבויט אויף וועלכען חלק זיי האבן פארשטאנען איז די ריכטיגע, נאר אינעם דרך החסידות וויל איך מיר אפשטעלן א מינוט.

"חסידות", דער אור גדול ונורא אשר הנחיל לנו לדורות זקיני אור שבעת הימים רבי ישראל בעל שם טוב, וואס האט בלי שום ספק געלאזט זיינע פינגער אפדריקן אויף "גאנץ" כלל ישראל עד היום, און בפרט אינעם האלטן די פשוטי המון אינעם מסגרת פון כלל ישראל (לויט ווי מען האט דאס דאן אנגעקוקט), איז כידוע געבויעט אויפן דרך הקבלה, מיטן יסוד פונעם אריינברענגן דעם תורת הקבלה אינעם חיי יום יום, איז נישט מער ווי פשוט צו פארשטיין, אז דאס וואס ווערט געברענגט אין מקור תורת הקבלה, ספר הזוהר, אלס די יסוד פון עבודת ה', איז געווען די יסוד פון חסידות. איז ניתי ספר ונחזי, לאמיר דאס אפירזוכן.

דא האט איר דעם לשון הזהר (פר' יתרו, חלק ב', דף פב:): וידבר אלקים את כל הדברים האלה לאמר, רבי יהודה פתח, (תהלים קו ב) מי ימלל גבורות ה' ישמיע כל תהלתו, בכמה ארחין אורייתא אסהידת בבר נש דלא יחוב קמי מאריה, בכמה ארחין יהיב ליה עיטא דלא יסטי מארחוי לימינא ולשמאלא, בכמה ארחין יהיב ליה עיטא היך יתוב קמי מאריה וימחול ליה, דתנן שית מאת ותלת עשר זיני עיטא יהיב אורייתא לבר נש למהוי שלים במאריה, בגין דמאריה בעא לאוטבא ליה בעלמא דין ובעלמא דאתי, און ענליכע לשונות געפינען מיר אין אנדערע מקומות אין זוהר הק', און דער ביאור דערפון איז גאר פשוט, כל התורה כולה, אלע מצות און מעשים טובים, זענען נאר "עצות" ווי אזוי נאנט צו ווערן צום באשעפער, און אין די חסיד'ישע ספרים געפינען מיר דעם ענין לאין מספר ("תרי"ג עיטין"), אנגעהויבן פונעם מאמר הבעש"ט אז די אויספיר צום ועתה ישראל מה ה' אלהיך שואל מעמך וגו' איז "ולדבקה בו", ביז די גאר שפעטע ספרי חסידות (וואס איך גיי נישט דא אויסרעכענען אלע, צום אוצר החכמה קען שוין היינט יעדער האבן צוטריט, איך שרייב נישט קיין תשובה ספר, ווי איך דארף צוצייכענען איבעראל א רשימה פון עיין שם ועיין שם, וד"ל), אלע ברענגען קלאר ארויס דעם יסוד, די עיקר איז "דביקות בה'", אלעס אנדערש איז נאר עצות און סגולות (לשון הבני יששכר כמה פעמים וישוב דברי אמת) צוצוקומען דערצו.

איז לאמיר טראכטן, אויב אזוי, וואס איז דער דרך החסידות?

דער עיקר איז נאנט צו ווערן צום באשעפער, "נאר בכדי נאנט צו ווערן צום באשעפער פעהלט אויס די אלע זאכן".

איז צוריק צו וואס מיר האבן אנגעהויבן, דער בעל שם טוב איז אראפגעקומען אויף די וועלט און געטראפן א שרעקליכע בלבול אין צוויי פראנטן, דער המון עם איז צוקלאפט נאכן פרשה מיט שבתי צבי, און אויף דעם האט ער אריינגעבלאזען א רוח החיים אין יעדען איד באשר הוא שם, מיט א גאר פשוט'ן מהלך, אז היות די עיקר איז דאך דביקות בה', ווי דערמאנט, איז וואס א חילוק וואס דו טוהסט, אפילו דו קענסט נישט לערנען, דו מוזט ארבעטן, אויב טוהסטו דיין בעסטע אינעם חלק פון נאנט צו ווערן צום באשעפער, איז אשריך ואשרי חלקך (אוי, וואו טרעפט מען דאס היינט?), אבער, זיין עיקר עבודה איז געווען מיט די עובדי ה', ער האט געטראפען א געפערליכע עולם התוהו, אין קורצן: די חלק המעשה איז ברום המעלה, ווי קיינמאל פריער (און שפעטער יא, טראכט אביסל אריין ווי מיר שטייען היינט, איך מיין מיום שניתנה, או נתחדשה התורה, לא היה כדבר הזה, כל המרבה בחומרות, אפילו אין בהם טעם הרי זה משובח), אבער די חלק המחשבה איז כמעט ווי אונטערגעגאנגען.

גיב נאר א קוק אין די ספרי שאלות ותשובות פון פיר הונדערט יאר צוריק, וויפל מאהל איז מען דן וואס איז דער רצון ה'? כמעט לא יזכר, איז דארף מען דאס באלאנצירן.

נא, לאמיר זעהן וואס איז דער עיקר, האבן מיר דאך שוין געזעהן, דער עיקר איז דאך די חלק המחשבה, און בפרט אז די חלק המעשה איז געווען זייער (און שוין צו) שטארק, דארף מען לייגן א דגוש אויפן חלק המחשבה, קלאר ארויסברענגען אז דאס איז דער עיקר. נאר מאידך גיסא זיכער מאכן נישט נאכצולאזן קיין זיז כל שהוא פונעם שלחן ערוך.

דאס איז אויפן שפיץ גאפל איינע פון די יסודות פונעם דרך החסידות, זיי נישט יוצא קיינעם, ווער נאר נאנט צום באשעפער. און גלייב מיר נישט אויפן ווארט, לערן גרינטליך ספרי חסידות, מיט א בליק צוצושטעלן דיר צו חסידות, נישט חסידות צו דיר, וד"ל (א גוטע קונטרס פאר דעם איז קונטרס "חסידות!!!" פון הגאון החסיד רבי יצחק משה ארלנגר שליט"א).

א בחור ווערט ערצויגן אין א חסיד'יש ישיבה, ווערט געזאגט עוסק צו זיין בעיקר אין גמרא תוס' און שו"ע. חסידות, יא, אבער נישט צופיל. ער הייבט אהן לערנען, און טרעפט זיך אהן אינעם אגרת הקודש פון זיין זיידן הרה"ק רבי אלעזר ליזענסקער זי"ע (מודפס בהרבה ספרי נועם אלימלך בסופו) וואו ער שימפט געפערליך אויפן מאכן מנהגים פון ענינים "אין עבודת ה'" וואס צדיקים טוען, ער כאפט אהן צוויי דוגמאות, וועלכע זמירות צו זינגען, און ווען מען זאגט שיר השירים, אבער על הכלל כולו יצא.

א בחור וואס וואקסט היינט אויף אין א פלאץ וואס דארף שוין צו הייסן אן 'אמת'ער' חסיד'יש פלאץ, וואו מען לייגט נישט קיין דגוש אז מען זאל קיין צום רעבין יעדע וואך, און אז די חתונות זאלן זיין שיין, נאר אויף וואס יא? לערן אזויפיל און אזויפיל ווייל אזוי וויל דער רבי, ביי אונז גייט מען אזוי, מיט דעם חסיד'ישן לבוש, ביי אונז דאווענט מען אזוי, ביי אונז טוט מען נישט דאס און דאס, ממש אויף די זאכן וואס רבי אלעזר פארפירט, דאס איז חסידות און דאס איז עבודת השם, קיין זכר נישט פונעם מושג, נישט קיין חילוק צו דו ביסט יא ביים טיש צו נישט, דער עיקר איז טוה וואס מאכט דיר נאנט צום באשעפער, ליין נאר ווייטער אינעם בריוו פון רבי אלעזר ווי ער שרייבט קלארער ארויס דעם נקודה, אז דער עיקר איז נאנט צו ווערן צום באשעפער (און ענליך צו דעם קען מען טרעפן און אלע חסידישע ספרים, איך כאפ נאר אהן דעם בריוו ווייל דארטן ווערט עס שטארק און קלאר ארויסגעברענגט אין קורצן), איז וואס דארף א בחור, וואס פון איין זייט איז ער זיכער אז די וועג וואס ער איז ערצויגן איז ריכטיג, און פון די אנדערע זייט, וואס ער טוט וויל ער טוהן בשלימות, דעם "חסרון" האב איך אייביג געהאט, עד היום, וואס איך טוה דארף זיין בשלימות המחשבה, ווי אזוי גיט מען זיך אן עצה?
דע את ה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום מצב הדור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר