Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זה חלקי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

שליחה דורך זה חלקי »

די סעלעבריטי TAYLOR SWIFT, די גרעסטע מיוזיק ראקסטאר און ארטיסט אין אמעריקא און איבער די וועלט, איז געווארן אנאנסירט אלס די 2023 TIME מאגאזין פערזאן פון די יאר.
אלס די מענטש וואס האט די מערסטע אימפעקטירט די נייעס און די וועלט.
איבערשטייגנדיג קעניג טשארלס פון ענגלאנד, טראמפ פראסעקיוטערס, האליוואד סטרייקערס וכו'.

זייענדיג בלויז 33 יאר אלט האט זי פארכאפט די מיוזיק אינטערטעינמענט וועלט מיט מיליאנען פארברענטע פענס (swifties...) איבער די גאנצע וועלט.
אירע ניגונים זענען אסאך באזירט אויף איר לעבן געשיכטע, ליבע, ראמאנס, און צובראכענע רילעישנשיפס.

אירע ניגונים, אלבומ'ס און סינגלס זענען די פאפולערסטע איבער די וועלט און פארכאפן די #1 פלאץ תיכף ביים ארויסקומען און בלייבן אויפן אויבנאן פאר לאנגע תקופות.
זי האט די מערסטע אויסצייכענונגין אין די פעלד פון מוזיק.

איר לעצטע טור גערופן "עראס טור" האט פארכאפט אירע פענס און מיוזיק ליבהאבער אין א כישוף טאנץ.
טיקעטס זענען פארקויפט געווארן אין רגעים, מיט טיקעטס אין די ווערד פון איבער א ביליאן דאלער איז פארקויפט געווארן.
2,000,000 טיקעטס פארקויפט געווארן און ווייניגער פון 24 שעה, וואס האט גורם געווען אז "טיקעט מעסטער" זאל גיין שלאפן פאר א וויילע וואס האט גורם געוועהן קאנגרעסיאנאלע אויספארשונגען און פארהערן.
ווער עס האט באוויזן צו באקומען א טיקעט איז געוועהן גליקליך.

די טור האט צוטרייסלט די עקאנאמיעס פון די שטעט ווי זי איז געגאנגען פערפארמען.
די פעדעראל רעזערוו פילעדעלפיע ברענטש האט געשאצט אז איר עראס טור האט דזשענערעיטעד 5.7 ביליאן דאלאר פאר די אמעריקאנע עקאנאמיע.
איר נעט ווערד שטייט ביי 1.1 ביליאן טאלער. זי איז די ערשטע מיוזישן צו ווערן א ביליאנער.

בי איינע פון אירע פריערדיגע אויפטריטן אין סיעטאל טעקסעס האט די רעש פון די צורידערטע המון עם פאראורזאכט א 2.3 מעגניטוד ערד ציטערניש.

זי איז אויך באקאנט מיט אירע גאר גרויסע קאנטריביושנס פאר טשעריטי, ברייטע באנוסעס פאר אירע ארבעטער, און נאך.


זי האט אויך אינטערעסאנטע קאמפן מיט פאפולערע פיגורן און קאמפעניס.

צום ביישפיל: די רעכטן אויף א גרויס חלק פון אירע אלטע אלבומ'ס איז פארקויפט געווארן פאר SCOOTER BRAUN פאר 300 מיליאן טאלער וואס האט איר שטארק אויפגעברויזט.
זי האט איבערגעמאכט א טייל פון אירע אלטע אלבומס מיט סאך בעסערע מיוזיק און וואקלס אין א נייע ווערסיע, לאזנדיג די אלטע אלבומ'ס שימלען ביי די נייע בעלי בתים.

זי האט אויך אינטערעסאנטע וועג פון פארקויפן אירע ווערק און ארויסשניידן גרויסע קעפ אין די אינדוסטריע פון אראפציפן פון די פראפיטן.

עס איז נאך דא אסאך צו שרייבן, ועוד חזון.

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר