היימישע קאמוניזם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 695
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 2950 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2144 מאל

היימישע קאמוניזם

שליחה דורך אלפא »

אין דעם יעצטיגן תקופה - פאר יו''ט ווען דער עולם איז אין יאגד נאך קמחא דפסחא און צדקה גייערס מערן זיך ווי שוואמען נאכן רעגן, 'משפחות אויף יו''ט' איז די סלאגאן, און מיט א 50'גער א טאג איז מען ווייניג אפגעקומען - ברענגט עס מיר נישט ווייניג ארויף דאס בייז בלוט. וואס איז דאס פונקטליך פשט?! פארוואס זיך נישט קענען אליין אויסהאלטן, פארוואס איז אונזער קאמיוניטי אזוי ארעם?!

אויב מיינט עס אן האלידעי ווייניגער כדי צו האבן איבעריג געלט פאר יו"ט - so be it!
אויב מיינט עס ארעמערע חתונות, נישט אזעלכע טייערע פורניטשור, נישט אזאנע באפיצטע קליידער, און פרעכטיגע וועגענער, זאל זיין אזוי!
אפי' אויב זאל דאס דארפן צו מיינען מער ארבייטן, ווייניגער קינדער, אדער ווייניגער חומרות פסח מיט אלע צוגעהערן, דאן זאל מען גיין פאר דעם!
נישט אזוי?! די גמ' זאגט דאך שוין 'גדול הנהנה מיגיע כפו יותר מירא שמים', און אין רמב"ם ווערט אויך אויסגעשמועסט די חילול השם דערפון, טא, וואס איז די פרומקייטן אויף קהל'ס חשבון?

דאס זענען געווען מיינע טעגליכע מחשבות זרות ביז היינט.



היינט אבער:
קומט צו מיר אינמיטן דאווענען א אינגערמאנטשיקל נאך געלט, נישט פאר קיין 'משפחות' אדער קהילות, ניטאמאל זאגט ער קמחא דפסחא לחשים. ער גייט פשוט פאר א משפחה'לע מיט 10 קינדער אויף יו"ט. פינטל.

וואס איז דאס אנדערש? איך האב אליין נישט געכאפט דאס ערשטע מינוט, אבער עפעס האט זיך עס געפילט אנדערש ווי דעם שוואונג ביז אהין. קען זיין מ'קען אפלייען סטאלין'ס לאגיק אז איין טויט פאל איז א טראגעדיע און צענדליגער זענען נאר א סטאטיסטיק. בכל אופן, האט עס מיר געמאכט אריינקלערן אין דעם סיטואציע ווי עס שטייט זיך א פאטער מיט 10 בנים'לעך און דארף אריינברענגען יו"ט אין שטוב, די קרעדיט קארטלעך האבן שוין לאנג געקראכט מקישוי השעבוד, שכר לימוד בילס ווארטן אין א שורה צו ווערן געענטפערט, זיין וואסער און עלעקטריק האט מען שיעור נישט אפגעהאקט לעצטנס, קיין לעמבארגיני פארגינט ער זיך נישט – מילד גערעדט, אבער דא שטייט ער און דארף אויסשטאפירן זיינע קינדער מיט די וויכטיגסטע לכבוד יו"ט, חיים'ס הוט זעט שוין ממש אויס ווי א שבת-קאפעלוטש-סורווייווער, מיילעך'ס בעקיטשע האלט שוין ביים דריטן רונדע, שלום'ס שיך קען כמעט איינשלינגען יונה מיטן פיש אינאיינעם, ווער רעדט נאך פון די מיידלעך וואס די טייטץ זענען שוין פרוץ מרובה, און די שעסלעך באלד נישט קיין שוה פרוטה, און דאס אלעס איז נאר די קליידער שאפע. מצות גייט אים אפקאסטן דעם הויזן מיטן ביזעם טאש צוזאמען. קארטאפל, אייער, פלייש, און וויין, און אפאר באנאנעס פארשטייט זיך, גייט אים ארעם מאכן פאר די קומענדיגע האלבע יאר, און פאר די פאר נייע כלים וואס די ווייב האט אים וויכטיג געבעטן האט ער שוין אפי' נישט קיין איבעריגע ראם אין מח.

הקיצור, דער איז אובד עצות, אבער מער פון דעם איז די רחמנות אז עס איז ניטאמאל ממש זיין שולד. האט ער דען געוואלט חתונה האבן ביי די 18 און ארויסרוקן א קינד פער יאר? האט ער דען בוחר געווען צו זיין אין ישיבה פון וואו קיין גרויסגעצאלטע קאריערע האט ער זיך נישט דערלערנט? האט ער דען מחליט געווען צו וואוינען אין א סאסייעטי וואו אלעס איז + טעקס און + פיער פרעשור פראצענט? האט ער דען געפלאנט צו דערווישן א שווער מיט זיבן הונדערט עקסטערע חומרות אויף פסח?

אין אנדערע ווערטער יבא בעל הכרם ויתקן כרמו. אבער ווער איז טאקע יא דעם בעל הבירה אין אונזער פאל?


דא קומט מען צו צום געדאנק וואס האט זיך ביי מיר אויסגעקלארט, אז מיר זענען בעצם אזא קאמוניסטישע סארט סאסייעטי!

ווען מ'זאגט אבער קאמוניזם דארף מען קלאר מאכן אז עס פארמאגט צו זיך צוויי חלקים.
די ארגינעלע געדאנק פון קאמוניזם פראפאזירט דורך קארל מארקס ודעימיה איז בעצם באשטאנען פון אן עקאנאמישע פלאן וואו אנשטאט די ארעמע זאלן פארקויפן זייער ארבייט פאר די רייכערע (פאר אן אומ'יושר'דיגע פרייז – אין זיין בליק), זאל יעדער איינער ארבייטן און באקומען צוגעשטעלט פון 'די קאסע' אלע זיינע צרכים.

די עצם געדאנק איז לאו דוקא אזוי שלעכט, און אין פאקט פראבירט מאדערנע סאציאליזם (וועלכע ווערט מער און מער פראקטיצירט אין געוויסע אייראפעאישע לענדער) צו אויסזיפן די גוטע חלקים דערפון און עס מאכן נוצבאר פאר די ארעמערע שיכט פונעם פאלק. עס שטויסט זיך אבער מער אן אין גרעסערע פראבלעמען (בתוך הדברים) ווען 'די קאסע' דארף האבן גבאים און עס איז אוממעגליך צו גאראנטירן און אפהאלטן אז דאס זאל זיך טראנספארמירן צו א דיקטאטורשאפט און טיראנישע הערשאפט, וואס טאקע אזוי האט זיך עס אויסגעשטעלט אין רוסלאנד און אין אנדערע פלעצער ווי מ'האט עס גענומען ראדיקאל.

איז בכלליות קען מען זאגן אז קאמוניזם באשטייט פון די צוויי חלקים, 1. א צענטראלע גאווערנמענט וועלכע זאל זיין אחראי אויף דיסטריביוטן די פארדינסטן, 2. א זייט-ווירקונג דערפון איז אז זיי נעמען אויף זיך מערערע מאכטן צו זיכער מאכן אז קיינער עקספלויטירט נישט דעם סיסטעם און על פיהם ישק ווער און וואס די געלט זאל גענוצט ווערן און בכלל וועלכע רעכטן יחידים האבן.

אין מער לינקערע מדינות זעט מען טאקע היינט ווי די רעגירונג מישט זיך מער און מער אריין אין פריוואטע לעבנסשטייגערס, סיי בנוגע חינוך ווי כלומרש'ט פארשטייען זיי בעסער, און און מער און מער אופנים וואו זיי קומען צו פראטעקטן דעם עולם פון קלימאטן טויש, פון שענדליכע סובסטאנצן, און פון נאך און נאך זאכן וואס זיי פילן בארעכטיגט אריינצורעדן ווייל העלטקעיר און וועלפעיר גייט שוין ממילא אדורך זייערע הענט.


צוריק צו אונזער קהלה, עס שיינט ווי ביי אונז הערשט אויך אזא מילדע קאמוניזם מיט קליינע אותיות. פון איין זייט געשעט במישרין און בעקיפין דעם רידיסטריביושאן פון רייכטום, דהיינו, עס איז דא דעם מושג אז 'די קהילה' פילט זיך אחראי פאר די ארעמערע פון פאלק (וואס איז גראדע א מערהייט), און פאר רוב הוצאות זענען דא היימישע סובסודיעס, פון חתונה מאכן, ביז שכר לימוד, און פון יו"ט מאכן, ביז קימפעטארן הייזער, עס איז אזא אומאפיציעלע אפמאך אז די עשירים דארפן אריינצאלן פאר די איבעריגע פון פאלק – סיי מיטן מנדב זיין בנינים אדער דעקן די לעכער פון די מוסדות, און סיי מיט די אלע נדבות'ער ביי טיי-אווענטס און אין ביהמ"ד. די לאגיק דערפון איז לכאו' – אזויווי אונטער קאמוניזם – אז די רייכטום פונעם גביר איז דאך אויך נאר ארביטרערי און עס איז נישט מער ווי מזל וועלכע האט אים אריינגעשפילט – וועלכע דארף יושר'דיג צוטיילט ווערן צווישן די גאנצע קהילה – וועלכע שטייט אים אויך צו די האנט אין צייט פון נויט. [די חסרון ביי אונז איז נאר אז עס איז זייער נישט עפישענט, ווען מ'זאל ווען נעמען די חשבונות און פארלייגן אין אן עקסעל שיעט וואלט מען געקענט אוועקשניידן גאר אסאך פון די פראצענטן און פירורים וועלכע פאלן אוועק פאר די אלע גבאי צדקה און פאר אלע טעכנישע פאנדרעיזינג הוצאות, ואכמ"ל]. פון די צווייטע זייט באלאנגען די קינדער אויך במקצת 'צום קהילה', וואס איז מערקבאר סיי אין דעם דינאמיק אז אונזער אויבן-דערמאנטע 10 קינדער זענען כמעט די זעלבע מיין אחריות און די אחריות פון יעדעם ווי פון דעם נעבעכדיגן טאטן אליין, און מער איז עס מערקבאר און פעלער ווי איינער פון די עלטערן פארן אפ אדער סיי וואספארא טראגעדיע וואו 'די קהילה' גייט קעמפן, שטיצן, און באזארגן, די דאזיגע כלל-קינדערלעך פאר יעדן פרייז.

נישט אויסגערעדט צו זיין, די זייט-ווירקונגען טרעפט זיך אויך גאנץ כמעשה ביינונז, פון איין זייט זענען דא די זעלבסט געקרוינטע עסקנים און כלל-טוער וועלכע פירן דעם עולם ביים נאז, די רבנים זענען כמובן נישט עלעקטירט, נאר ענדערש מאכן זיכער צו דיקטירן יעדע פרט פונעם יחיד'ס לעבנסוועג. פרייע פרעסע אדער פרייהייט פון ווארט איז דאך אפגערעדט. און אין זייער אסאך אספעקטן שמעקט זיך עס אן ווי א קאמוניסטישע רעזשים.

איך האב אבער מקדים געווען מיט די הקדמה איבער די צוויי טיילן פון קאמוניזם, וועלכע איז למעשה אביסל רעלעוואנט צו דעם שמועס, ווייל ווי באקאנט 'טוט מאכט קארופטירן, און אלטימעטע מאכט איז אלטימעטע קארופציע', און בעת וואס אויף נאציאנאלע פארנעמען האט זיך קאמוניזם אויסגעשטעלט גאר קארופטירט און שעדליך, בין איך נישט איבערצייגט אז די זעלבע איז שייך אין אונזער פאל.

איך האב שוין אמאל ארויסגעברענגט אין אן אשכול וויאזוי קאלעקטיוויזם האט מעלות איבער אינדיווידואליזם און דאס לעבן אינעם באבל צווישן אונז קומט מיט געוויסע יתרונות און ערכים וואס מ'קען נישט ממש רעפלעיסן.

די טעזע דא איז אביסל אן המשך און הוספה דערצו, ווייל אלץ לינקער האלט איך בעצם היבש פון דעם געדאנק פון סאציאליזם, און דאס אז מ'זארגט זיך קאלעקטיוולי פאר די ארעמע, און דאס אז רייכטום ווערט דיסטריביוטעט איז זייער געוואונטשן לדעתי (הגם די עפישענסי מעג פארבעסערט ווערן..) עס איז אויך א גלייכע געדאנק אז ווער עס קען האבן מער קינדער זאל דאס טון כנגד דער וואס קען בעסער ארבייטן זאל יענץ טון און א דריטער זאל בלייבן לערנען, א.א.וו. דעם מהלך פון 'איין שיסל סאסייעטי' אדער דעם "מי כעמך ישראל"דיגן קולטור איז ווערד פאר זיך מיליאנען, און עס לאזט זיך גרינג שפעקילירן אז די פרייז דערפון -אויף דעם קלענערן פארמאט וואס עס טראגט ביי אונז- צאלט זיך נאך אויס מיט פראצענט פאר רוב ציבור.

און דאס איז וואס האט מיר בארואיגט הערנדיג פאר וועמען דעם אינגערמאן גייט נאך געלט.

- נישט אז עס נעמט אוועק דעם אינסטינקטיווע רוגזא צום אומבאלומפערטקייט וואס מיר האבן און מיר פראקלאמירן צומאל שטאלצערהייט, און נישט אז עס באדעקט חסרונות וועלכע קענען און דארפן ווערן אדרעסירט קאפ-ארויף, און נישט אז דאס סובסידייזט פאר די סופרעסיע פון מידיע און קאנטראל פון רבנים, ניטאמאל באגליקט עס געוויסע טפשות'ער און אומוויסנשאפט מיט וואס מיר זענען באשאנקען. עס איז אבער יא א סאציאלאגישן ראציאנאל פארוואס מיר קענען למעשה שטאלצירן מיט געוויסע קאנסעקווענצן דערפון און פארוואס עס לוינט אפי' מעגליך אריינצוצאלן דערין.


נאר איין אינטרעסאנטע פאראדאקס אין דעם ענין. ווי מיר שמועסן זענען מיר בלא יודעים פרא דעם געדאנק פון צענטראליזירטע מאכט, און אנעקדאטעלי שטרייכט זיך עס נאך מער אונטער מיט די אלע פראגראמען וואס מיר מוציא'ן אזוי געשמירטערהייט פון די רעגירונגען בכל קצוי תבל – מ'שטיינץ געזאגט, זיי קומען אונז דאך אלעס! פארוואס? ווייל אזוי! ווייל אזוי איז אונזער אינסטינקט און אזוי זענען מיר (בלא יודעים) אויפגעוואקסן אלץ אידעאל. לאידך גיסא ווען עס קומט צו געבן מער עכטע מאכט פאר רעגירונגען, סיי אין חינוך סיי אין מעדיצין, אדער סיי וואו עס קלאפט אויס, דארט זענען מיר פלוצים פאראייניגט אז די רעגירונג האט זיך נישט וואס צו מישן אין אונזער ביזנעסער, מיר ווערן מיטאמאל די גרעסטע שטיצער פון small government פילאזאפיעס, און מיר קעמפן פאר אונזערע אייגן באשטימטע רעכטן. והדבר אומר דרשוני.

מ'קען לכאו' פארברייטערן אין דעם נקודה אליין, אבער מקופיא דאכט זיך מיר אז עס נישט מער ווי דאס נארמע פון סיי וועלכע טיראניע אז מען איז אין קאמפעטישאן מיט די אנדערע טיראניע. ווען עס רעדט זיך פון געלט און טובות – דאן זענען מיר אלע אין – מיר אלע זענען בעד דעם השקפה אז געלט דארף זיין רידיסטריביוטעד שטארק, ווען עס קומט אבער צו סיי וועלכע נקודה וואו אונזער (-לידערשיפ) קאנטראל האט א פינגער דארט זאל זיך א צווייטער וואגן אריינצורעדן! און דערמיט איז אויך פארשטענדליך דעם טראמפ פארהייליגונג ביי אונז, פון איין זייט שטעלט ער טאקע פאר דעם כלומר'שטן רעכטן געדאנקענגאנג אז יעדער זאל זיך טון וואס ער וויל און וויאזוי ער פארשטייט, פון די אנדערע זייט זענען דא ווייניג אזעלכע עגאאיסטישע פירערס וועלכע זייער גאנצע עקזיסטענץ שפיגלט אזוי גוט אפ דעם פירערשאפט ביי אונז – וואס ווי געשמועסט איז נישט דוקא געבויט אויף קארופציע, אבער האט זיך אזוי אויסגעשטעלט מכח די קאמוניסטישע אנשויאונגען.


די נקודה וואס מ'דארף ארויסנעמען דא איז איינס. נעקסטע מאל פאר דו בארעדסטס סאציאליזם אדער קאמוניזם מיט א געשמאק, טראכט נאר איין מינוט צו דיין רעטאריק שטימט באמת מיט די מסיבה וואס מ'האט נארוואס געמאכט צום חתונה פון דיין קינד, און קומענדיגע מאל דו שרייסט אויף די אלע וועלכע ווילן זיך נישט צושטעלן מיט געלט פאר די מוסדות פרעג זיך אליין אויב ריינע קאפיטאליזם איז טאקע דיין אידעאל...

אויב איז יא דא איינער וואס דינגט זיך דערמיט איז עס לכאו' לעיזער קרויס פון קול מבשר (און מעגליך אסאך ליינער אן קיין שופר) וועלכע פראפאזירט שטארק אינדיווידואליזם און אז מ'זאל נוצן אייגענע געלט און בעיקר דעם אייגענעם מח, אבער לדעתי פארזעט ער די קאמפלעקציטעט און די איינגעדרייטקייט פון דעם סיסטעם בתוכינו אין מערערע אספעקטן ביינזאם.



א פרייליכן יו"ט אייך אלע!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר