ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך לאכעדיג »

צוויי האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 5:41 pm די נישט ארויפגעלייגטע מציבה מיינסטו?
ווייל די יעצטיגע מציבה איז טאקע אסאך לשונות אבער צום זאך
ריכטיג. די צווייטע מציבה איז זיכער בעסער פון די ערשטע...
אייזיק שפירא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אייזיק שפירא »

שאלתיאל האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 5:18 pm
אשרי העם האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 5:06 pm
שאלתיאל האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 4:29 pm
כ'האב נאך אסאך צו גיין ביז כ'וועל מיך אויסדרוקן אזווי ווי סאטמאר'ן רבי'ן. איי געס רב קוק קען נישט בייסן?
די משנה רעדט צו דיר.
סאטמאר רב איז געווען א גאון הגאונים, א גדול בישראל און א קדוש עליון וציס״ע
וועסט זיין שאקירט וואס הרב קוק איז געווען: א קדוש הקדושים אקספלריה המאירה בוצינא קדישא און א רשכבה"ג
דא קענסטו זעהן וואס די גדולי ישראל (וואס האבן אים געקענט) האבן געזאגט און געשריבן אויף אים
► הצג ספוילר
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אייניקעל »

אשרי העם האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 3:31 pm ה' אייר, דער טאג וואס עס האט זיך געגרינדעט די ציוניסטישע מדינה, "מדינת ישראל", ביום ה' אייר תש"ח, מיט'ן ציל מורד צו זיין אין מלכות שמים, עובר זיין
אויף די הארבע שלש שבועות און אראפווארפן פון זיך דעם גזירת הגלות.
אן זיך באציען צו די איבריגע רעטאריק וואס,די שרייבסט
וויל איך פרעגן בלויז 2 פראגעס
וואו אין די מגילת העצמאות שטייט וועגן די ציל פון מורד זיין במלכות שמים?
אויף וועלכע שבועה האבן זיי עובר געווען? און וויאזוי?
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אייניקעל »

היימלינד האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 11:41 am ביטע דורך ליינען די גאנצע פארן מגיב זיין, תודה.

איך פראביר צו פארשטיין די משמעות פון די טאג פון א אידישע פרעספעקטיוו, די סעקולארע איז פשוט וועגען לאומיות, נאר מיט א לאנד זענען מיר א פאלק וכו', אבער וואס איז פשט אז רעליגיעזער אידן האבן זיך אזוי געפרייט אין דעם טאג, מה יום מיומיים?
ה' אייר איז ארץ ישראל צוריק געקומען אונטער די הערשאפט-ריבונות פון עם ישראל.

די עיקר מצוה פון יישוב הארץ איז אז דאס לאנד זאל זיין אונטער דעם הערשאפט-ריבונות פון עם ישראל.

די מצוה פאר יעדן יחיד צו וואוינען אין ארץ ישראל איז שוין אן ענף א פרט פון דער אלגעמיינער מצוה וואס איז געלייגט אויף עם ישראל.

דאס איז אויך די עיקר שמחה פון חנוכה ווי דער רמב"ם דריקט זיך אויס א הלכות מגילה וחנוכה פרק ו'
"וחזרה מלכות לישראל יתר על מאתים שנים, עד החורבן השני"

דאס וואס עס שטייט (במדבר לג, נג): "וְהוֹרַשְׁתֶּם אֶת הָאָרֶץ וִישַׁבְתֶּם בָּהּ, כִּי לָכֶם נָתַתִּי אֶת הָאָרֶץ לָרֶשֶׁת אֹתָהּ". 'הורשתם' מיינט אייננעמען און הערשאפט כיבוש וריבונות, 'וישבתם' מיינט צו באזעצן דאס לאנד עס זאל נישט זיין וויסט. אזוי שטייט אויך (דברים יא, לא): "וִירִשְׁתֶּם אֹתָהּ וִישַׁבְתֶּם בָּהּ". דער רמב"ן טוט אנווייזן די עיקר מצווה מיט די פאלגענדע ווערטער: "נצטווינו לרשת את הארץ אשר נתן האל יתעלה לאבותינו לאברהם ליצחק וליעקב, ולא נעזבנה ביד זולתנו מן האומות או לשממה" (הוספותיו למצוות עשה ד).

קומט אויס אז די מינוט וואס דאס לאנד איז צוריק אונטער אונזער הערשאפט האבן מיר מקיים געווען ולא נעזבנה ביד זולתינו.

היינו טעמא דהלל בחנוכה והיינו טעמא דהלל ביום העצמאות.

ענליך זעהט מען לגבי די הלכה פון רייסן קריעה ווען מען זעהט די ערי יהודה "בחורבנן" שולחן ערוך או"ח תקס"א, איז דוקא ווען די גוים געוועלטיגן אפילו יודן וואוינען דארטן, עיין מגן אברהם און משנה ברורה דארט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך berlbalaguleh »

אייזיק שפירא האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 7:12 pm
שאלתיאל האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 5:18 pm
אשרי העם האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 5:06 pm
שאלתיאל האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 4:29 pm
כ'האב נאך אסאך צו גיין ביז כ'וועל מיך אויסדרוקן אזווי ווי סאטמאר'ן רבי'ן. איי געס רב קוק קען נישט בייסן?
די משנה רעדט צו דיר.
סאטמאר רב איז געווען א גאון הגאונים, א גדול בישראל און א קדוש עליון וציס״ע
וועסט זיין שאקירט וואס הרב קוק איז געווען: א קדוש הקדושים אקספלריה המאירה בוצינא קדישא און א רשכבה"ג
דא קענסטו זעהן וואס די גדולי ישראל (וואס האבן אים געקענט) האבן געזאגט און געשריבן אויף אים
► הצג ספוילר
איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל/בחור. און איך בין געווען מושפע פון די אפיציעלע פראפאגאנדע אז רב קוק איז געווען נאך ערגער ווי דער פויפסט (הס מלהזכיר.) און איך האב געליינט אין א ספר ואס הייסט "מרא דארעא דישראל". פארשידענע בריוון פון גדולי ישראל אזוי ווי ר ' חיים עוזר גראדזשענסקי און נאך אנדערע גדולי ישראל וואס פארא שיינע טיטלען זיי שרייבן אויף הרב קוק. האב איך געפרעגט פון מיין טאטן. וויאזוי איז דאס מעגליך. ער האט מיר געגעבן א תירוץ. אז אין אמת איז ער געווען א גדול בישראל. נאר מכח פארשידענע זאכן וואס ער האט געזאגט און מ'האט נישט פארשטאנען זענען א סאך רבנים ארויסגעגאנגען אקעגן איהם.
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אייניקעל »

מיט דער גרינדונג פון מדינת ישראל בעזר הוי"ה ברוך הוא, האט מען אנגעפאנגן אראפצונעמען די חרפה פון גלות פונעם יודישען פאלק. דורות אויף דורות זענען מיר ארומגעפלויגן אין גלות, מיר זענען דורכגעגאנגען שרעקליכע השפלות גנבות און רציחות. יודיש בלוט איז געווען ביליג און אבסאלוט הפקר, מען האט אונז באטראכט אלס שאף עוועלעיבל פאר דער שחיטה פאר וועם נאר אימער ס'האט זיך פארגלוסט אונז צו פירן צום שלאכט הויז, צו ווערן דערהרגעט און פארלוירן צו שאנד און שפאט. פֿרעמדע האָבן אונז געזאָגט, מע עטץ האָסט נישט מער קיין האָפענונג. עס איז געווען אַ סיטואַציע פון ​​א שרעקליכע חילול השם איום ונורא.

איך בין ממליץ אדורכצולערנען יחזקאל פרק ל"ו צו פארשטיין וואס די חילול השם איז.

יא די נביאים האבן טאקע פאראויסגעזאגט אז עם ישראל וועט זיך נאך איין טאג צוריקקערן צו אונזער היימלאנד אבער נאכדעם וואס אזויפיל יארן זענען פארביי, און השי"ת'ס דיבור איז נישט מקוים געווארן, האט זיך געמערט די שוידערליכע חילול השם אין דער וועלט, און די שונאי ישראל האבן שוין געהוליעט מיט די מחשבה אז די טשאנס פאר עם ישראל זיך אומקערן צו זייער היימלאנד איז פארלוירן געווארן.

און דאָ איז געשען דער נס, דאָס דיבור פון השי"ת האט זיך אנגעהויבן מגשם זיין דורך דעם וואס מדינת ישראל איז אויפגעשטאנען. די קידוש השם איז געווען הילכיג און מעכטיג.

פארשטייט זיך אז מיר זענען נאך גאנץ אפגעריקט פונעם תיקון השלם, מיליאנען יודן וואוינען נאך אין גלות, און די מצב אין אונזער היימלאנד איז נאך ווייט פון פערפעקט, אבער די ריבונות פון ה' אייר האט אנגעהויבן א פראצעס פון קיבוץ גלויות, כידוע איז איינע פון די שטערקסטע יסודות אין די מגילת העצמאות די סעיף אז דאס לאנד איז אפען פאר איעדע יוד. און פון דעם טאג און ווייטער איז א יוד מער נישט היימלאז. - טויזענטער יודן פון די קעמפס אין די פארשאלטענע אייראפע וואס קיין שום לאנד האט זיי נישט געוואלט געבן קיין איינטריט, האבן זיך אין דעם טאג פלוצלינג געטראפן אנגענומען און וועלקאמט, חז"ל שרייבן: גדול קיבוץ הגלויות כיום שבו נבראו שמים וארץ" (פסחים פח, א), נעמט דאס טיעף אריין!!!

פעסט-פארוואט 76 יאר שפעטער און אין ארץ ישראל וואס איז דעמאלטס באשטאנען פון קנאפע 600 טויזענט יודן איינוואוינער, באשטייט היינט צוטאגס פון איבער זעקס מיליאן יודן כן ירבו וכן יוסיף, אזש רוב יודן פונעם כדור הארץ פון אלע עקן וועלט, פון אלע קהילות די בכל אתר ואתר וואוינען שוין היינט אין ארץ ישראל - אזש ס'איז שוין היינט א גאנצע געטועכץ אין די בתי מדרשים לגבי די הלכות פון "רוב ישראל על אדמתן" צו מען האלט שוין דארט יעצט אדער גאר בקרוב.

פרעגט נאך א איש ישראל פארוואס מען פרייד זיך ביום זה???
איז דען דא א גרעסערע שמחה????

ווער עס קען אביסל יודישע קורות הדורות ווייסט מיט אן אמת אז קיין שום יום טוב אין עם ישראל'ס היסטאריע איז נישט געווען קיין מצב פון תיקון השלם, ווען יא וואלט עס געבליבן אזוי לנצח
פסח ווען מען איז געווארן באפרייט איז געווען ווייט פון פערפעקט
פורים ווען מען איז געווארן באפרייט איז געווען ווייט פון פערפעקט
חנוכה ווען מען איז געווארן באפרייט איז געווען ווייט פון פערפעקט
וכן הלאה

חז"ל זאגן אונז קלאר אז די גאולה גייט פאוואליע (ירושלמי ברכות פ"א ה"א): "כך היא גאולתם של ישראל, בתחילה קמעא קמעא, כל מה שהיא הולכת, היא רבה והולכת". צוביסלעך צוביסלעך מיט סבלנות, פונקט ווי די נאכט ווערט נישט ליכטיג פון איין רגע צום אנדערן. - די נביאים זענען אנגעפילט מיט די געדאנק אז די גאולה נעמט צייט און אז א פראצעס וואס גייט שטערקער און שטערקער, עיין לדוגמא ישעי' ס"ו ז' וגם מיכה ד' ח' מיטן פירוש פונעם מלבי"ם ועוד אן א צאל פסוקים און חז"ל'ס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אייניקעל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך berlbalaguleh »

אייניקל: ייש"כ. ס'איז אויך דא א מאמר חז"ל..."אין ארץ ישראל נקנית אלא ביסורים"...!

וואס טוען די אלע אידן וועלכע זאגן ..."פארשאלטענע מדינה/ טמא'נע מדינה"... מיט דעם מאמר חז"ל?!
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אייניקעל »

berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:21 pm וואס טוען די אלע אידן וועלכע זאגן ..."פארשאלטענע מדינה/ טמא'נע מדינה"... מיט דעם מאמר חז"ל?!
ס'איז דא פארשידענע אפציעס:
טעות הדפוס
כפירה ומינות
ס'איז העכערע זאכן
ס'איז מעשה שטן

און אנדערע ווערטער נאר מיין פערזענליכע רבי, גדול, משפיע וכו' רעדט דעם דבר ה' ממש כנתינתו מסיני אבער אלע אנדערע רעדן שטותים ודברי הבלים כאין וכאפס המוחלט.

דאס אז הונדערטער גדולים וחכמים מדורות הקודמים ומדורנו האבן געשריבן בשבח פון דעם טאג אדער בשבח קיבוץ גליות וחזרת עם ישראל לארצו איז נישט רעלאטיוו, ווייל אין מיינע אויגן זענען זיי דאך כעפרא דעלמא נעקסט צו מיין מנהיג, ואידך פירושא היא זיל גמור.

מה שאין כן ווען מען הייבט אן האבן מער רעספעקט פאר אנדערע הייליגע יודן, אפילו זיי גייען אנגעטון אנדערש פון דיר, אפילו זיי האלטן אנדערש פון דיר, אפילו האסט קיינמאל נישט געהערט פון זיי, כל זמן זיי גייען און שפאן פון תורת משה ומסורתו מסיני איידלט זיך אויס דעם יוד'ס בליק, און פלוצים ווערט זיין הארץ אנגעפילט מיט ענווה פאר א דעת תורה, אפילו ס'שמעקט נישט מיט מיין שיטה, און אלץ א רעזולטאט הייבן צענדליגער פסוקים און דברי חז"ל אן צו שטימען, מען קען שוין דערהערן דעם דבר ה' און עס ווערט ליכטיג אויפן הארץ.
אשרי העם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2024 8:27 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אשרי העם »

ימ״ש די ציונים
ווען נישט זיי וואלט שוין משיח שוין לאנג דא געוועזן אין א״י וואלט באלאנגט פאר יר״ש און די שכינה הקדושה וואלט גערוהט דא בארה״ק,

צינוזים מיט זייער רעגירונג איז ליידער א קליפה וואס איז מעקב ביאת משיח ווי ברייט באקאנט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום אשרי העם, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אייניקעל »

אין יום העצמאות זענען געווארן געראטעוועט עם ישראל פון עבדות צו פרייהייט, פון עבדות וואס מיר זענען געווען ביים זיין אונטער שעבוד מלכיות אונטער די קעניגן גענעראלן און פריצים, דורכן באקומען זעלבסטשטענדיגקייט מיטן רשות פון די אומות העולם אליינס.

א פראצעס וואס האט זיך אנגעפאנגען פונעם סאן רעמו קאנפארענץ ביזן יום העצמאות און ווייטער און ווייטער עד היום הזה, מיט דעם האבן מיר זוכה געווען צו אן אמת'ע הצלה פאר עם ישראל פון טויט צום לעבן ממוות לחיים ממש, מיר האבן זיך ביז דעמאלט נישט געקענט פארטיידיגן קעגן אונזערע שונאים וואס האבן אונז גע'רודפ'ט, און זינט דעמאלט, מחסדי השם, פארטיידיגן מיר זיך און געווינען. כאטש אונזערע שונאים וואס שטייען אויף קעגן אונז זענען נאך ווייט נישט פארטיג, אבער נאכן אויפשטעלן די מדינה האבן מיר שוין א מיליטער בחסדי השם, און מיר האבן די כח זיך צו פארטיידיגן און אפילו געווינען.

יא, עס איז ליידער אמת אז אין די זעקס און זיבעציג יאָר פון דער עקזיסטענץ פון דער מדינה, זענען אומגעבראכט געווארן אין מלחמות און טעראר־אַטאַקעס בערך 25 טויזנט הייליגע נפשות, מיט קרוב צו פופצן הונדערט דאס לעצטע יאר אליינס תשפ"ד, א יעדער יוד אן עולם מלא פאר זיך, אבער מען טאר נישט זיין נאאיוו און נישט פארגעסן ח"ו אז בלויז עטליכע יאר פריער, בעת דעם שרעקליכן חורבן אייראפע, זענען דערמאָרדעט געוואָרן זעקס מיליאָן הייליגע יודן איבער פינף יאר. רעכנט דאס אויס, דאס איז מער ווי דריי הונדערט מאל אין צאל. דאס איז דער חילוק צווישן א סיטואציע ווי מיר האבן די מעגליכקייט צו באשיצן און צוריק קעמפן און לעומת זה א סיטואַציע ווי מיר האָבן נישט קיין שום מעגליכקייט זיך צו באַשיצן.

אפילו די יודן וואס וואוינען אין אלע זייערע צעשפרייטע לענדער זענען געראטעוועט געווארן אין דעם טאג, מיום זה והלאה האט עם ישראל א לאנד וואס איז זיי אלעמאל גרייט אויפצונעמען מיט אפענע ארעמס, און ארבעט אפילו אין זייער נאמען אויף דער אינטערנאציאנאלער ארענע.

פאר דער גרינדונג פון דער מדינה האט מען קוים באטראכט די טענות פון די יודן קעגן די מערדערישע אנטיסעמיטישע רדיפות, וואס זענען פארגעקומען אין פארשידענע לענדער. די פעלקער האבן אונז געשפיגן אין פנים און אונז געלאכט אין די פויסטן. נאכ'ן גרינדן פון דער מדינה מוזן אַפילו די שלעכטסטע לענדער נעמען אין באַטראַכט די אַקטיוויטעטן פון מדינת ישראל אויב הייבן זיי א האנט אויף די ארטיגע יודן. אפילו דער קאמוניסטישער רעזשים האָט געדאַרפט זיין פלעקסיבל און לאָזן די יודן אַרויסקומען פון הינטערן אײזערנעם פאָרהאַנג, עפעס וואָס איז געווען נישט צו באַטראַכט נעמען פאַרן גרינדונג פון דער מדינה.

אויך גייסטיש ברוחניות איז דאס יודישע פאלק געראטעוועט געווארן דורך דער גרינדונג פון דער מדינה. א גרויסער רוחניות'דיגע קריזיס איז דורכגעגאנגען איבערן יודישן פאלק אין דער מאדערנער צייט. די מעגליכקײט האט זיך געעפנט פאר די יודן צו אינטעגרעטן און אסימילירן צווישן די ציווילע און נאציאנאלע פעלקער פון די אנטװיקלטע לענדער, דאס האט געשאפן א שרעקליכע חלל, און א גאר גרויסע נסיון פאר אסימילאציע וואס האט אפגע'שמד'ט און אויפגעגעסן טויזענטער יודן בכל מקומות מושבותיהם רח"ל.

נישט דא איז דער פלאץ צו פארברייטערן די אורזאכן פון דעם קריזיס, ווייל עס פאדערט זיך דערפאר א לענגערע אפהאנדלונג. למעשה איז אין יעדע לאנד וואס איז דורכגעגאנגען א פראצעס פון מאדערנער אנטוויקלונג, געווארן געפערליך דער פּראָצעס פון יודן וואס האבן געטון פאַרלאָזן רעליגיע און אריינגעלייגט די עקזיסטענץ פון די יודישע קהילות אין די גלות אין א טיפע רוחניות'דיגע סכנה. גאר אסאך פון די יונגווארג האבן זיך ארויסגעלאזט חתונה האבן מיט נישט-יודן, אין בלויז מיט דעם פאַקט, האבן די אידישע קהילות אין די תפוצות אנגעהויבן צו שרינקען.

די אסימילאציע האט זיך אנגעהויבן מיט בערך צוויי הונדערט יאר צוריק אין מערב אייראפע, און האט זיך ביסלעכווייז פארשפרייט אין מזרח אייראפע און אויך אין די שטעט פון די אראבישע לענדער. אין דער גרויסער יודישער קהילה אין אַמעריקע, האָבן רוב יונגע יודן חתונה געהאַט מיט גויים. אפילו די װאס האבן יא חתונה געהאט מיט יודן האבן אנגעהויבן האבן װײניגער קינדער. אזוי צו אזוי, האבן די אידישע קהלות אין די תפוצות זיך פארמינערט און געגאנגען בארג אראפ. בלויז אין מדינת ישראל איז די אידישע באפעלקערונג געוואקסן, און די דערשיינונג פון אַסימילאַציע איז פאַרהאלטניסמעסיג קליין. דערצו, איז דער פּראָצענט אידן וואָס זענען פאַרבונדן מיט דער תורה און מצוה אין מדינת ישראל העכער ווי סיי וועלכע אנדערע יודישע קהלה אין דער וועלט. די רוחניות'דיגע הצלה איז אויך געמאכט געװארן א דאנק דער גרינדונג פון די מדינה, װעלכער האט ערמעגליכט דעם שטארקן קיבוץ גליות פון דער גוי'אישע אטמאספערע, און אזוי פארהיטן די נסיונות פון אסימילאציע און געראטעוועט דעם עקזיסטענץ פון הונדערטער קהילות און טויזענטער מיליאנען יודן.

עס געפינט זיך דעריבער, אַז יום העצמאות איז באַצירט מיט דריי הייליגע פייערונגען, קדושת מצוות השבת הארץ, קידוש השם לעיני העמים, און א ישועה משמד פאר די הייליגע נשמות פון עם ישראל.

נ.ב. פארשטייט זיך אז אין ארץ ישראל אליינס זענען אסאך יודן אפגעפארן פונעם וועג, און דוקא אלץ א רעזולטאט פונעם ממשלה, איבעהויפט בראשית הדרך. מען דארף אבער אינאכט נעמען 3 הויפט פונקטן. איינס, הויפזעכטליך איז די רדיפת הדת דורך די לינקע פרייע סאציאליסטע ציונים געווען א המשך פונעם שמד פון אסימילאציע אין אייראפע, אזא טויש נעמט צייט, ווי א יעדער וואס איז אפן צו פאקטן קען זעהן ווי היינט צוטאגס זענען מער און מער אפן פאר השי"ת. צווייטנס, מיט אלע פראבלעמען באדארף מען קוקן אויפן גרויסן בילד, פראצענטואל, אין די חילוק פון עזיבת הדת אין ארץ הקודש איז שמים וארץ ווען מ'באטראכט עס לגבי די תפוצות. און צום לעצט, אלע יודן וואס זיצן בתפוצות און רעדן זיך אפ, האבן פארשטייט זיך די מעגליכקייט או חוב קדוש ארויפגיין צום הייליג לאנד און פאררעכטן די פראבלעמען, נישט סתם זיצן אין חו"ל און און וויינען כתרנגול הנגזל על דא ועל הא. שטעל זיך פאר ווען אפאר הונדערט טויזענט פרומע יודן גייען ארויף, די גאנצע מצב וואלט זיך גערוקט פאראויס לטובה מיט הונדערטער ליכט יארן, קל ישראל הוא נותן עוז ותעצומות לעם.

פארשטייט זיך אז די ניווא פון שמירת הדת תורה ומצוות, איז אויך אויף גאר אסאך א העכערן פארנעם אין ארץ ישראל לעומת התפוצות סיי ביי די פרייע און סיי ביי די פרומע, די פנימיות און הארץ פאר דברים שבקדושה איז פי אלף ווי אין גלות, מען קען נאך אסאך מאריך זיין אין דעם ועוד ידינו נטויה בעזר השי"ת.
מר. קלונימוס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך מר. קלונימוס »

צוויי האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 7:09 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:27 pm 1.
ה׳ אייר איז מען באפרייט געווארען פון די בריטישע, און געווארען אליינס א מדינה, דוגמת יציאת מצרים.
וועסטו וועלן מיינען גלייך אויף גלייך, ניין זאג איך דיר

2.
ה׳ אייר נאכן ליינען די מגילת העצמאות איז מען געווארען אנערקענט דורך די וועלט אלץ א מדינה, א מדינה וואס קיינער אנערקענט נישט איז נישט ציפיל ווערט,דוגמת עזה.
יא יא אן א.ג. מדינה וואס די די וועלט האט די מערסטע אין די וועלט נייעס....

3.
ה׳ אייר איז א טאג פון רווח והצלה יעמוד ליהודים ממקום אחר, אז עני איד פון די גאנצע וועלט זאל האבן א פלאץ צו אנטלויפן, אין פאל פון אנטעסעמיטיזם.
זאג עס נאכאמאל, מ'זאל קענען אנטלויפן צו וואו? צו די כמעט אומפארזיכערסטע מדינה, ווי ס'איז דא כסדרדיגע סכנות פון די שכנים, און פאר ערליכע אידן פון די מדינה אליינס...

4.
ה׳ אייר איז א טאג פון אויסרופן ״ניין צו כצאן לטבח״
מיר בעטן 'נאר' פון 'השי"ת' 'נקום לעינינו'

5.
ה׳ אייר איז א טאג פון הן עם לבדד ישכון, און מיר וועלן זיך מער נישט פארלאזן אויף די גוי׳אישע שכנים.
ובגוים לא יתחשב... לאמיר זעהן ווער איז מער אפגעשיידט פון די תהלכות און לעבנסטייגער פון די גוים עמי הארץ?

6.
ה׳ אייר איז די התחלת הניצחון פון מלחמת העצמאות וואס איז געוועהן רבים ביד מעטים, זעקס הונדרעט טויזענט אידן האבן געוואונען אפאר מיליאן אראבערס.
עשרים לעומר א טאג פון צער השכינה, נצחו עצת היצר עם הנסיון של רשע וטוב לו, מעכב הגאולה שלמה בב"א

:like
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
אייזיק שפירא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אייזיק שפירא »

אשרי העם האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:42 pm ימ״ש די ציונים
ווען נישט זיי וואלט שוין משיח שוין לאנג דא געוועזן אין א״י וואלט באלאנגט פאר יר״ש און די שכונה הקדושה וואלט גערוהט דא בארה״ק,

צינוזים מיט זייער רעגירונג איז ליידער א קליפה וואס איז מעקב ביאת משיח ווי ברייט באקאנט
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

טאקע ברייט באקאנט ....
אשרי העם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2024 8:27 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אשרי העם »

https://www.mysatmar.com/docs/shite_hak ... _moshe.pdf

https://mysatmar.com/docs/shite_hakdoshe/al-hagileh.pdf

א שאד די עמי הארצים דא קענען נישט ליינען לשון הקודש און לערנען אביסל ווען יא וואלט יעדער גערעדט דא די זעלבע שפראך ווי מיר
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך שאלתיאל »

אשרי העם האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:42 pm ימ״ש די ציונים
ווען נישט זיי וואלט שוין משיח שוין לאנג דא געוועזן אין א״י וואלט באלאנגט פאר יר״ש און די שכונה הקדושה וואלט גערוהט דא בארה״ק,

צינוזים מיט זייער רעגירונג איז ליידער א קליפה וואס איז מעקב ביאת משיח ווי ברייט באקאנט
פארוואס איז משיח נישט געקומען פאר די ציונים האבן זיך אנגערוקט?
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך שאלתיאל »

@אייניקעל אויב די מעכטיגע מדינה האט נישט געקענט אפהיטן אירע אייגענע גרעניצן און אפהאלטן א באנדע פרימיטיווע באבערדלטע איסלאמיסטן וואס לעבן בשכנות אונטער איר נאז פון צו דורכפירן א שעות-לאנגע פאגראם אינערהאלב מד"י באין מפריע בין איך גארנישט זיכער צו זיי וואלטן באמת געקענט אויסגעמאכן עפעס ביים שואה
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אייניקעל »

אוודאי האבן זיי יא געקענט!

נישט נאר האבן זיי געקענט, נאר זיי זענען גאר געווען די וואס האבן במשך די לעצטע 19 יאר זייט גירוש גוש קטיף מטפח און מגדל געווען חאמאס.

זיי האבן זיי געשטיצט און באגאסן מיט געלט פאר אלע זייערע פארשטינקענע לינקע פראגרעסיווע חשבונות.
זיי האבן פיין געזעהן וואס קומט, נאר די קראנקייט פון "מיר וועלן זיך לעקן צו זיי און אזוי וועט זיין שלום" האט זיי דיסעבלט פון נעמען שריט, ביז די לעקטער האבן זיך אנגעצינדן אין פנים אריין.

(אגב די זעלבע קראנקייט פון וואס פרומע יודן ליידן, מיינענדיג אז זייער קליין ווינקל וואס זיי בויען זיך אויף אין סיי ווי אין גלות וועט שוין פארבלייבן א גן עדן ביז משיח'ס טאג, זיי פארגעסן אז אין יודישע היסטאריע איז נישט אזא מציאות ווי דער משך חכמה ערווענט אין פרשת בחוקותי, איעדע 150~200 יאר פאלט צוזאם די נייע ירושלים ד_____ און מען דארף גיין זוכן א נייע גן עדן, אביסל עפענען די אויגן דארפן מען נאר צו זעהן וואו די ווינטן אין אמעריקא בלאזן יעצט צו זעהן וואו עס גייט, אבער מיר זענען נאר קלוגע צו פארשטיין יענעמס פראבלעמען, מיר זענען מסודר.)

פאר 50 צו 70 יאר צוריק זענען די לינקע געווען פון די וואס האבן זיך צוריסן פאר יודן'ס וועגן, זייער עיקר ציל איז געווען צו ראטעווען יודן פון עת צרה און מיד צר, דערפאר האט זיי השי"ת געהאלפן מנצח זיין בעת מלחמה.

צוביסלעך במשך די יארן און איבערהויפט פון תקופת אסלו און ווייטער, האבן זיך די לינקע חברה אוועקגעריקט מער און מער פון זיין שטאלצע יודן און אנגעהויבן זיך פרעגן ווער בין איך דען? א ביטערע מחלה וואס נעמט ארום פראגרעסיווע ליבעראלע מענטשן ארום די וועלט. און ווען ס'איז דא ספק קומט עמלק, דאס איז געווען די ביטערע פראסק אום שמיני עצרת ווען רוב יודן וואס זענען נאך שפוי בדעתם האבן זיך אויפגעוועקט פון זייער טיפן שלאף און געלאפן צוריק זיין שטאלצע יודן און צוריקפייטן דעם שונא.

מען דארף נאר אביסל נוצן דעם שכל און זעהן די פאקטן.
דאס לאנד באשטייט נישט דוקא פון יודן יראים ושלמים (די אלע פרומע יודן וואס זענען נאך נישט דארטן זענען א חלק פון די פראבלעם), און נישט דוקא פון רעכטע און שטאלצע יודן, עס איז אויך דא א מיעוט עליטע וואס ציעט די פלייצעס פון די לאנד נאך מקדמת דנא, און זיי וועלן טוען אלעס זיך צו בוקן צום גוי און געפעלן פאר איהם, אפילו דאס וועט פארגיסן צום סוף יודיש בלוט, אבער כי לא אלמן בישראל, די חברה גייען מער און מער ארויס פון סטייל, זיי ווערן מער און מער ארויסגעשטיפט פון פירן דאס לאנד, און די ישועה איז אויפן וועג, מען דארף האבן געדולד און סבלנות.

מען נישט עקספעקטן אז 2000 יאר פון א גלות מיינט-סעט צו געפעלן פארן פריץ זאל זיך טוישן אין אפאר מינוט (אין היסטאריע איז 75 יאר אפאר מינוט) עס איז אסאך גרינגער און שנעלער ארויסצונעמען דעם יוד פונעם גלות ווי דעם גלות פון דעם יוד, עיין ערך אבן עזרא פארוואס דוקא משה רבינו נאר ער האט געקענט אויסלייזן די יודן אויפוואקסנדיג אין פרעה'ס פאלאץ, וכן אויך פארוואס די יוצאי מצרים האבן געדארפט אויסשטארבן אין מדבר - וויפיל מאל חזר'ט די תורה איבער פאר משה ויהושע די ווערטער חזק ואמץ אל ירך לבבכם אל תירא ואל תחת - עס איז נישט פשוט און נישט גרינג, און איבער אלעם טויש נעמט צייט, קמעא קמעא.

וויפיל יודן זענען גע'הרג'עט געווארן בימי השופטים? בימי בית ראשון? בימי בית שני? אלא מאי? סוקסעס איז אז דאס לאנד בליהט און יודן דינען דעם באשעפער דארט מיט שמחה און שלוות הנפש מער ווי סיי וואו אימער אויפן כדור הארץ דיספייט אלע שוועריקייטן. מענטשן פארגעסן אז מיר זענען נאכנישט אנגעקומען אין גן עדן, מיר האבן נאכנישט קיין בית המקדש, קיין סנהדרין, קיין נביא, משיח איז נאכנישט געקומען, אבער צו דאנקט מען נאר ווען אלעם איז פערפעקט? ווען א קינד ווערט געבוירן פרייעט זיך די גאנצע משפחה ביז גאר, איי דאס קינד האט נישט קיין ציין? דאס קינד קען נישט גיין? ער קען אפילו נישט רעדן? די שמחה איז אבער נאך אלץ דא, ווייל א בר דעת פארשטייט אז זאכן מוזן נישט זיין קאמפלעט און מען קען שוין זינגען און לויבן השי"ת.

איז לסיכום, פראבלעמען בלוט און ווייטאג איז נאך דא גענוג און נאך, אבער די זעלבע צייט דארפן פרומע יודן אויך האבן הכרת הטוב צום רבש"ע פארן ראטעווען זיין פאלק בעת צרה, נאכאמאל און נאכאמאל, ווען מען זעהט די גאנצע וואלד מיט פייגל-אויגן פערספעקטיוו זעהט מען שוין איינמאל די חסד ה'.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך עמרם »

אשרי העם האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:54 am https://www.mysatmar.com/docs/shite_hak ... _moshe.pdf

https://mysatmar.com/docs/shite_hakdoshe/al-hagileh.pdf

א שאד די עמי הארצים דא קענען נישט ליינען לשון הקודש און לערנען אביסל ווען יא וואלט יעדער גערעדט דא די זעלבע שפראך ווי מיר
דארט אין ויואל משה, מאמר לשון הקודש, שרייבט דאך די רבי קעגן לערנען די שפראך לשון קודש, סא וואס ווילסטו .....

לגופא של ענין, ס'איז מן הסתם נאכנישט דא קיין איד וואס איז נישט קיין סאטמארער, און האט נאכן לערנען די ספר ויואל משה, מסכים געווען מיטן רבי'ן
איך האב שוין געלערנט א חלק סיי ויואל משה און סיי על הגאולה, די רבי בויעט אזעלכע בנינים, אז ס'איז זייער שווער אנצונעמען אז ס'איז טאקע אזוי
אזוי ווי ר' משה פיינשטיין ז''ל האט געזאגט "איך האב דארעך געלערנט דעם גאנצן ספר ויואל משה, ס'איז א ספר מלא סברות, יעדע סברא האט א סברא פארקערט"

שוין דא א אשכול דא אין ק''ש, ווי רעדט ארום דעם ספר, און מ'ברענגט אלע שוועריקייטן אויף דעם, ס'איז גארנישט אזוי פשוט צו זאגן אז נאכן לערנען קומט מען צו צי זיינע מסקנות
(פארשטייט זיך אז אויב מ'לערנט עס, באופן אז וואס ס'שטייט איז אזוי, אפגעזעהן צו מ'פארשטייט צו נישט, קריגט מען זיך נישט, אבער אויב לערענט מען עס מיט א דרויסענדיגע בליק, איז זעלטן אז מ'זאל מסכים זיין אינגאנצן מיט אים)
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

אשרי העם האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:42 pm ימ״ש די ציונים
ווען נישט זיי וואלט שוין משיח שוין לאנג דא געוועזן אין א״י וואלט באלאנגט פאר יר״ש און די שכונה הקדושה וואלט גערוהט דא בארה״ק,

צינוזים מיט זייער רעגירונג איז ליידער א קליפה וואס איז מעקב ביאת משיח ווי ברייט באקאנט
אפגעשאלטן און אנטלאפן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אייניקעל »

עמרם האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 8:01 am
אשרי העם האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:54 am א שאד די עמי הארצים דא קענען נישט ליינען לשון הקודש און לערנען אביסל ווען יא וואלט יעדער גערעדט דא די זעלבע שפראך ווי מיר
שוין דא א אשכול דא אין ק''ש, ווי רעדט ארום דעם ספר, און מ'ברענגט אלע שוועריקייטן אויף דעם, ס'איז גארנישט אזוי פשוט צו זאגן אז נאכן לערנען קומט מען צו צי זיינע מסקנות
דא איז לעצטנס ארויסגעקומען א ספר (פאר די וואס ליינען יא לשון הקודש) וואס גייט אדורך אלע שוועריקייטן אין ויואל משה ושיטתו

עד שתחפץ: דיון מעמיק בנושאי ארץ ישראל וגאולה ומשמעות תקופתנו
amazon.com/dp/B0BXMX14DH

ספר עד שתחפץ


א באַשרייַבונג וועגן דעם ספר (גענומען פון אמעזאן און איבערגעטיישט אויף יודיש פאר די וואס קענען נישט לשון קודש):
דער ספר איז געשריבן געווארן דורך א סאטמארער חסיד וואס האט אויסגעוועלט אויסצופארשן די שיטה פונעם סאטמארער רבי'ן און די שיטה פון די וואס זענען נישט מסכים מיט אים. מיר לעבן אינדערמיט פון א תקופה וואָס ברענגט מיט זיך פון אַ באדייטענדע רעוואָלוציע אין דער געשיכטע פון ​​אונזער פאָלק, אבער גלייכצייטיק איז פארהאן א אומזיכערקייט וואס איז די באדייט פון דער תקופה, עם ישראל איז דורכגעגאנגען א חורבן ביי די שואה, אין וועלכע מיליאנען אידן זענען דערמארדעט געווארן אויפן ערגסטן אופן, עס זענען פארביי עטליכע יאר זינט דעמאלט, און מיליאנען יודן וואוינען אין ארץ ישראל, יונגלעך און מיידלעך שפילן זיך אין אירע גאסן, תורה און עבודה בליעט דארטן אויף א געוואלדיגע פארנעם, פירות, תבואה, וויין און טייטלן האבן ווידער אנגעהויבן אנפילן אונזער לאנד. פון דער צווייטער זייט זענען נאך אלס און טויזנטער ישראלים נישט פארבונדן מיט אירע ווארצלען, און פירן זיך נישט בדרך התורה, און טייל זענען אפילו מסיתים קעגן די תורה רח"ל, און עס איז א פאקט אז די מדינה איז געגרינדעט געווארן מערסטנס דורך די דאזיקע מענטשן וואס האבן פארלאזט די תורה, און די קשיא קומט, וואָס איז אונזער תקופה, און וויאזוי זאָל זיין אונזער מיינונג פון אַלעס וואָס איז האט פאסירט? וואָס מיינט אונזער תקופה? זענען מיר אין די גאולה, און פאר די אויגן הייבט אן קומען צו אמת דאס וואס די נביאים האבן אונז צוגעזאגט אדער וואוינען מיר אין גלות צווישן די פרייע אין אונזער לאנד? זענען מיר מחויב צוריקקומען צו אונזער לאַנד? און אויב נישט, איז אונז בכלל ערלויבט צוריקקומען צו אונזער לאַנד, אָדער איז עס פאַרבאָטן צו אמיגרירן ארויף צו אונזער לאַנד צוזאַמען? איז עס אסור פאר אונז ארויפצוגיין ווי א מויער מיט א שטארקער האנט, אדער איז פאראן א מצב , װאס מיר זײנען דוקא יא מחויב ארויפגיין צוזאמען כחומה? זענען די דריי שבועות א שטרענגער איסור ווי דער סאטמארער רבי זאגט, אדער איז עס נאר א ווארענונג אז ס'איז נישט שטענדיק נויטיק און פאסיג לויט די מצב צו אויפוועקן די ליבשאפט נאר ענדערש זאל מען ווארטן אויף די ריכטיגע געלעגנהייט? קען מען זאגן אז דער סאטמארער רבי האלט אז עס איז נישטא קיין איסור פון דריי שבועות? דארפן מיר ביזדערווייל װארטן מיט צוזאמענגעלייגטע הענט , ביז די ישועה װעט קומען דורך משיח? אדער איז דא א פלאץ צו זאגן אז מ'דארף טון מעשים לגאולה פון אונזער פאלק, פונקט אזויווי מיר טוען אלע אנדערע זאכן וואס מיר דארפן פאר אונזער לעבן, די פרטים ווי פרנסה וחינוך ושידוכים, ווען מיר מאכן אלערליי השתדלות אויפן נאטורליכן אופן צו קענען מצליח זיין? צו איז די גאולה אפהענינג בלויז אויף תשובה אָדער אפילו אויב עם ישראל האט נישט תשובה טאן טוט אונז הקב"ה אויסלייזן?
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך היימלינד »

אייניקעל האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 9:50 pm
היימלינד האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 11:41 am ביטע דורך ליינען די גאנצע פארן מגיב זיין, תודה.

איך פראביר צו פארשטיין די משמעות פון די טאג פון א אידישע פרעספעקטיוו, די סעקולארע איז פשוט וועגען לאומיות, נאר מיט א לאנד זענען מיר א פאלק וכו', אבער וואס איז פשט אז רעליגיעזער אידן האבן זיך אזוי געפרייט אין דעם טאג, מה יום מיומיים?
ה' אייר איז ארץ ישראל צוריק געקומען אונטער די הערשאפט-ריבונות פון עם ישראל. לעגאל אפשר, במציאות האט מען געוואונען - הסכם שלום ערשט שפעטער, אויב גייט מען פון אנהייב מלחמה איז עס שוין געווען פריער

די עיקר מצוה פון יישוב הארץ איז אז דאס לאנד זאל זיין אונטער דעם הערשאפט-ריבונות פון עם ישראל. ווי שטייט ? כיבוש און ישוב איז צוויי אנדערע מצוות, ישוב איז יעדער מודה, כיבוש בזמה"ז איז נאר לשיטת הרמב"ן מה"ת וע"ע באבני נזר אבער עכ"פ זעהט מען אז ס'איז צוויי אנדערע מצוות
איך זעה יעצט אז איר האט געצייכענט די רמב"ן

די מצוה פאר יעדן יחיד צו וואוינען אין ארץ ישראל איז שוין אן ענף א פרט פון דער אלגעמיינער מצוה וואס איז געלייגט אויף עם ישראל. מהיכא תיתי? לענ"ד איז עס א מצווה אויף יעדעם עקסטער

דאס איז אויך די עיקר שמחה פון חנוכה ווי דער רמב"ם דריקט זיך אויס א הלכות מגילה וחנוכה פרק ו'
"וחזרה מלכות לישראל יתר על מאתים שנים, עד החורבן השני"
דאס האב איך שוין געברענגט פריער פון שו"ת קול מבשר, יביע אומר ועוד לינקים

דאס וואס עס שטייט (במדבר לג, נג): "וְהוֹרַשְׁתֶּם אֶת הָאָרֶץ וִישַׁבְתֶּם בָּהּ, כִּי לָכֶם נָתַתִּי אֶת הָאָרֶץ לָרֶשֶׁת אֹתָהּ". 'הורשתם' מיינט אייננעמען און הערשאפט כיבוש וריבונות, 'וישבתם' מיינט צו באזעצן דאס לאנד עס זאל נישט זיין וויסט. אזוי שטייט אויך (דברים יא, לא): "וִירִשְׁתֶּם אֹתָהּ וִישַׁבְתֶּם בָּהּ". דער רמב"ן טוט אנווייזן די עיקר מצווה מיט די פאלגענדע ווערטער: "נצטווינו לרשת את הארץ אשר נתן האל יתעלה לאבותינו לאברהם ליצחק וליעקב, ולא נעזבנה ביד זולתנו מן האומות או לשממה" (הוספותיו למצוות עשה ד).

קומט אויס אז די מינוט וואס דאס לאנד איז צוריק אונטער אונזער הערשאפט האבן מיר מקיים געווען ולא נעזבנה ביד זולתינו.

היינו טעמא דהלל בחנוכה והיינו טעמא דהלל ביום העצמאות.

ענליך זעהט מען לגבי די הלכה פון רייסן קריעה ווען מען זעהט די ערי יהודה "בחורבנן" שולחן ערוך או"ח תקס"א, איז דוקא ווען די גוים געוועלטיגן אפילו יודן וואוינען דארטן, עיין מגן אברהם און משנה ברורה דארט.
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך שפילער »

עמרם האט געשריבן: שוין דא א אשכול דא אין ק''ש ווי מ'רעדט ארום דעם ספר, און מ'ברענגט אלע שוועריקייטן אויף דעם, ס'איז גארנישט אזוי פשוט צו זאגן אז נאכן לערנען קומט מען צו צי זיינע מסקנות
(פארשטייט זיך אז אויב מ'לערנט עס, באופן אז וואס ס'שטייט איז אזוי, אפגעזעהן צו מ'פארשטייט צו נישט, קריגט מען זיך נישט, אבער אויב לערענט מען עס מיט א דרויסענדיגע בליק, איז זעלטן אז מ'זאל מסכים זיין אינגאנצן מיט אים)

Link צו דעם אשכול?
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
ים רויבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 4:59 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך ים רויבער »

שאלתיאל האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 5:28 am @אייניקעל אויב די מעכטיגע מדינה האט נישט געקענט אפהיטן אירע אייגענע גרעניצן און אפהאלטן א באנדע פרימיטיווע באבערדלטע איסלאמיסטן וואס לעבן בשכנות אונטער איר נאז פון צו דורכפירן א שעות-לאנגע פאגראם אינערהאלב מד"י באין מפריע בין איך גארנישט זיכער צו זיי וואלטן באמת געקענט אויסגעמאכן עפעס ביים שואה
מסתמא קען אמעריקא אויך נישט בייקימען אל-קייאידא וואס האט באוויזן אראפצוווארפן די צווילינג געביידעס, און אין פאל אל-קייאידא גייט באשליסן צו דורכפירן א פעלקער מארד אין אמעריקא קעגן די אינפידעלס, גייט אמעריקע זיך נישט קענען קעגנשטעלן...
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך מילך טראק »

עמרם האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 8:01 am
אשרי העם האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:54 am https://www.mysatmar.com/docs/shite_hak ... _moshe.pdf

https://mysatmar.com/docs/shite_hakdoshe/al-hagileh.pdf

א שאד די עמי הארצים דא קענען נישט ליינען לשון הקודש און לערנען אביסל ווען יא וואלט יעדער גערעדט דא די זעלבע שפראך ווי מיר
דארט אין ויואל משה, מאמר לשון הקודש, שרייבט דאך די רבי קעגן לערנען די שפראך לשון קודש, סא וואס ווילסטו .....

לגופא של ענין, ס'איז מן הסתם נאכנישט דא קיין איד וואס איז נישט קיין סאטמארער, און האט נאכן לערנען די ספר ויואל משה, מסכים געווען מיטן רבי'ן
איך האב שוין געלערנט א חלק סיי ויואל משה און סיי על הגאולה, די רבי בויעט אזעלכע בנינים, אז ס'איז זייער שווער אנצונעמען אז ס'איז טאקע אזוי
אזוי ווי ר' משה פיינשטיין ז''ל האט געזאגט "איך האב דארעך געלערנט דעם גאנצן ספר ויואל משה, ס'איז א ספר מלא סברות, יעדע סברא האט א סברא פארקערט"

שוין דא א אשכול דא אין ק''ש, ווי רעדט ארום דעם ספר, און מ'ברענגט אלע שוועריקייטן אויף דעם, ס'איז גארנישט אזוי פשוט צו זאגן אז נאכן לערנען קומט מען צו צי זיינע מסקנות
(פארשטייט זיך אז אויב מ'לערנט עס, באופן אז וואס ס'שטייט איז אזוי, אפגעזעהן צו מ'פארשטייט צו נישט, קריגט מען זיך נישט, אבער אויב לערענט מען עס מיט א דרויסענדיגע בליק, איז זעלטן אז מ'זאל מסכים זיין אינגאנצן מיט אים)
רוב סאטמאר'ע וואס איך האב געטראפן האבן נישט קיין אנוג וואס שטייט אין ויואל משה אבער זיי ווייסן צו זאגן אז קיינער האט עס נאכנישט אפגעפרעגט....

למעשה איינער וואס קען ויואל משה ווייסט אז סאיז א פשטל איך נעם נישט אוועק אז סאטמאר רב האט אזוי געהאלטן להלכה פיין אבער איינער וואס ווייסט וואס שטייט דארט וועט יא פארשטיין פארוואס אנדערע האבן עס נישט אנגענומען
פארשפארט