שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4713 מאל

שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

שליחה דורך יידל »

ווען איך האב היינט פארציילט פאר א חבר אז אונזער אלעמען באקאנטען הרב הירשל ציג (וואס, אגב, איז אויך א חבר ביינונז אין שטיבל) האט ארויפגעשטעלט אויף זיין בלאג שאפראנער רב'ס דיסערטאציע, האט ער מיר געענטפערט "דיסער...וואס?!"... איז אלץ הקדמה, לאמיך קודם מסביר זיין וואס דאס איז. א דיסערטאציע (dissertation) אדער טעזע (thesis) איז אן אקאדעמישער דאקומענט, געשריבן מיטן ציל צו ווערן באקרוינט מיט אן אקאדעמישן טיטל. כאטש עס ווענד זיך אין יעדען לאנד, ווערט אבער על פי רוב א דיסערטאציע געשריבן מיטן ציל צו באקומען א דאקטאראט. א דאקטאראט מיינט דאס אקאדעמישער טיטל פון דאקטאר. א דאקטאר מיינט איינער וואס איז זיך משלים אין א געוויסען נושא, און דורכן שרייבן א לענגערען שטודיע (די דיסערטאציע) וואס ווערט דערנאך באשטעטיגט דורך א פראפעסאר, קען מען באקומען דעם טיטל.

איצטער צום נושא. שאפראנער רב, הרב שמעון ישראל פאזען זצ"ל, איז היינט שטארק באוואוסט פאר זיינע קנאי'שע שטעלעס, און פאר זיין שטארק-עקסטרעמען צוגאנג צו אידישקייט, אזוי ווי מען קען באשיינפערליך זען פון זיין ספר "תורת א'" און פון די הנהגה פון בניו ותלמידיו. די וואס ווייסן, ווייסן אז ר' שמעון ישראל איז בעבר געווען א גערמאנישע איד, דאס הייסט, א "תורה עם דרך ארץ" איד, און איז ביים ערשטן וועלט מלחמה איז ער אנטציקט געווארן פונעם חסידישן לעבנס-סטיל וואס ער האט געזען אין סקווירא און אין טאלנא, און האט מחליט געווען זיך צו "מגייר" זיין צו די לעבנס שטייגער. אנדערע ווייסן אויך צו פארציילן אז ר' שמעון ישראל האט "צוריסן זיין דאקטאראט/טעזע" ווען ער איז געפארן קיין מונקאטש נאך די ערשטע וועלט מלחמה.

פארציילט הרב ציג, אז זיין חבר האט געהערט א לשון איש מפי איש וויאזוי הרב יחיאל יעקב וויינבערג זצ"ל האט זיך אויסגעדרוקט אויף שאפראנער רב'ס טעזע אז דאס פארמאגט אפיקורסות. דאס האט באוואויגען דעם אינגערמאן דאס צו אפירזוכען, און אין די היינטיגע אינטערנעט עפאכא איז דאך דאס א קינדער שפיל. יגעתי ומצאתי תאמין, און ער האט דאס גלייך אריינגעשיקט צום מלך ההיימישע בלאגערס, ר' הירשל. געט א קליק, און כאפט א בליק. זייער אינטערעסאנט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר