די בעקיטשע: מעשה'לעך איבער בעקיטשעס ביי צדיקים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

די בעקיטשע: מעשה'לעך איבער בעקיטשעס ביי צדיקים

הודעהדורך ארכיוויסט » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 7:43 pm

די בעקיטשע

דערציילונגען און ווערטלעך איבער בעקיטשעס ביי צדיקים


דער לבוש, און בפרט דער שבת'דיגער לבוש, האט שטענדיג פארנומען גאר א הויכן ארט אין תורת החסידות.
וואס באמת איז עס לאו דווקא א חסיד'ישער זאך - ביי מצרים שטייט דאך שוין "שלא שינו את לבושם." נאר אזויווי פיל אנדערע הייליגע ענינים זענען געבליבן מער אָנגענומען ביי די חסידים, שיינט ארויס צווישן זיי דער 'לבוש', ווען אין דער נישט-חסיד'ישער וועלט טוישט מען זיך לייכטער דער לבוש, איז מען ביי חסידים מקפיד אויף יעדן קלענסטן פרט ווען עס קומט צו לבוש, און חסידים שיינען טאקע ארויס מיט'ן הייליגן אייגנארטיגן טראדיציאנאלן חסידי'שן לבוש.


בעקיטשעס ע"פ האריז"ל
די בעקיטשע איז שוין געווען בעפאר דער התגלות פונעם בעש"ט הק' זי"ע. די מקובלים פלעגן גיין דערמיט שבת. אנדערש ווי מען גייט היינט, פלעגן זיי גיין נאר מיט ווייסע בעקיטשעס. דאס איז געווען ע"פ האריז"ל וועלכער שרייבט אז שבת איז דא אן ענין צו גיין מיט ווייסע בגדים. (קביעא וקיימא פי"ג)

ביים בעש"ט הק'
דער בעש"ט הק' זי"ע און זיינע הייליגע תלמידים האבן ממשיך געווען מיט'ן בעקיטשע לבוש, און טאקע בלויז ווייסע בעקיטשעס.
ס'איז באקאנט דאס ווארט פונעם הייליגן שינאווער רב זי"ע, אז ביים הייליגן 'חוזה' פון לובלין זי"ע זענען געווען דריי הונדערט צדיקים וועלכע זענען געגאנגען מיט ווייסע בעקיטשעס. אלע זענען זיי געווען בעלי רוח הקודש.

דער טויש צו שווארצע בעקיטשעס
ביז'ן חוזה פון לובלין און אזוי אלע עלטערע תלמידים פונעם חוזה, זענען אלע צדיקים געגאנגען נאר מיט ווייסע בעקיטשעס.
דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זי"ע איז געווען דער וואס האט געטוישט פון דער ווייסער בעקיטשע צו א שווארצער.
ער איז געווען דער ערשטער חסיד'ישער רבי וואס האט אנגעטון א שווארצע בעקיטשע.
פארוואס האט ער מבטל געווען דער מנהג פון ווייסע בעקיטשעס? ווייל ס'איז געווארן א 'גאסן-לבוש', אסאך וועלכע זענען נישט געווען ראוי דערצו האבן זיך אנגעהויבן אנטון דערמיט, און דאס האט געברענגט א זלזול אין דעם חשוב'ן שבת'דיגן לבוש.
און אזוי איז טאקע געווען, אז אויסער די עלטערע תלמידים פונעם חוזה האבן אלע רבי'ס געטוישט די ווייסע בעקיטשע אויף א שווארצע. (סיפורי בעלזא)

זיידענע בעקיטשעס
שפעטער האבן די חסידים מקפיד געווען אז די בעקיטשע זאל זיין געמאכט פון זייד. דער הויפט טעם דערויף ווערט געברענגט אין די ספרים הק' אז 'זייד' האט נישט קיין חשש פון 'שעטנז'. דער הייליגער טריסקער מגיד זי"ע ברענגט אין זיין ספר הק' 'מגן אברהם' א לענגערן שמועס איבער'ן ענין פון גיין מיט 'זיידענע בעקיטשעס' אום שבת. ער ברענגט דארט אויך א טעם אויפ'ן גיין שבת מיט בגדי משי, אַז דאָס איז ווייל דער זייד קומט פון ווערים. צו דערמאנען דעם מענטש אז ער זאל נישט צוקומען צו התפארות און הנאה פון זיינע שיינע בגדים, נאר ער זאל געדענקען פון וואנעט ער קומט, פון עפר רימה ותולעה, ולאן אתה הולך...! (מבואו ועד צאתו פי"ב)

גלאטע און געבלומטע
ביים דאווענען האט מען מקפיד געווען צו גיין דווקא מיט א גלאטע, ווייטער ביים עסן איז געווען אזעלכע וואס האבן אנגעטון א געבלומטע. ס'איז אבער געווען אזעלכע וואס זענען געגאנגען מיט גלאטע אפילו ביים עסן - זיי האבן בכלל נישט געהאט קיין געבלומטע.
אין דער אלטער היים אין גאליציע, און אזוי ביי רוב הויפן היינט, איז מען געגאנגען מיט א געבלומטע בעקיטשע שבת נאכמיטאג ביי מנחה און מיט דעם איז מען שוין געגאנגען ביי 'שלש סעודות' וועלכע קומט פאר אין 'שטיבל' דארט וואו מען האט געדאווענט מנחה.
אין פּוילן איז מען אפילו ביי מנחה שבת-נאכמיטאג געגאנגען מיט גלאטע. למען האמת מוז מען דא צולייגן, אז עס הערשט היינט א צומישעניש אין דער נושא, און אסאך חסידים גייען שוין היינט ביים דאווענען מיט געבלומטע בעקיטשעס, אפילו אין אזעלכע מקומות וואס מ'האט מקפיד געווען אויף גלאטע. דאס ווענדט זיך שוין יעדער אין זיין קרייז.

רבי'שע בעקיטשעס
די געווענליכע בעקיטשע מיט וועלכער אלע חסידים גייען, איז די לענג דערפון ביז אביסל אונטער די קני. ווייטער די רבי'שע בעקיטשעס זענען געווען לענגער, ס'איז אנגעקומען כמעט ביז די שיך.
ביי די טישן זענען טייל רבי'ס געגאנגען מיט געבלומטע אדער קאלירטע בעקיטשעס. ביי א טייל צדיקים האט מען דאס אנגעטון ערשט נאך קידוש.
אין סיגוט-סאטמאר זענען די רבי'ס געגאנגען מיט געשטרייפטע ווייסע בעקיטשעס וועלכע האבן געהאט אויף זיך ווייסע בלומען. (תורות ועובדות מבית רבותינו – סיגוט, סאַטמאַר)

די אבות הק' אין בעקיטשעס!
ס'איז מקובל ביי חסידים אז ווען די אבות הק' פלעגן נתגלה ווערן ביים הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע פון ליזענסק, זענען זיי געווען מלובש אין שטריימל בעקיטשע מיט סטראקעס, און ווייסע זאקן.
צדיקים האבן מסביר געווען, אז דאס איז נישט קיין ראי' אז די אבות הק' זענען בשעתם געגאנגען אזוי, נאר וויבאלד דאס איז געווארן דער לבוש פון צדיקים און ערליכע אידן, זענען זיי אראפגעקומען מלובש אין די לבושים. (מובא בשם הד"ח זי"ע)

צאנזער רב פארשמירט זיין בעקיטשע
דער סדר העולם איז, אז אויף א נייעם מלבוש גיט מען מער אכטונג אז ס'זאל נישט שמוציג ווערן. יעדן ברעקל קלאפט מען אפ. בקיצור דער קאפ איז פארנומען מיט חיצוניות'דיגע זאכן. משא"כ אן אלטן לבוש גיט מען שוין נישט אכטונג, 'ס'איז שוין ממילא אלט'.
דערציילט די וועלט אז ווען צאנזער רב זי"ע פלעגט קויפן א נייעם מלבוש, פלעגט ער דאס באלד אנגיסן מיט פעטיגע זאכן, אזוי אז ס'האט שוין נישט אויסגעפעלט מער צו אכטונג געבן דערויף...

תלמידי חכמים בבחינת שבת
ביי צדיקים איז איינגעפירט אז מען גייט א גאנצע וואך אין א בעקיטשע. עס זענען פארהאן פארשידענע בעקיטשעס וועלכע צדיקים זענען געגאנגען אינדערוואכן. כל צדיק כמנהגו נוהג. אבער אויף שבת האבן אלע צדיקים געהאט א באזונדערע בעקיטשע, אן אנדער סארט ווי דער וואכענדיגן.
דער הייליגער סקולענער רבי זצוק"ל פלעגט זיך פירן אז בשעת ער האט געזאגט די ווערטער פון די זמירות פון פרייטאג צו נאכטס 'והחלפתי שמלותי לכבוד יום השבת' האט ער אנגעכאפט די בעקיטשע. (און אזוי אויך בנו כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א). (השבת נועם הנשמות - סקולען)

דער שטן קעגן בעקיטשעס
א מעשה נורא ווערט געברענגט אין די קאמארנער ספרים, וואס איז פארגעקומען ביים הייליגן רבי איציקל דראָביטשער זי"ע. הרה"ק רבי יצחק מדראהביטש זי"ע האט געוואלט מתקן זיין אז אלע אידן זאלן אנטון שבת ווייסע בגדים, "ווייסע דזיביצעס".
ווען ער האט אנגעהויבן ארום פארן אין די גרויסע שטעט, מעורר זיין אידן דערצו, האט דער שטן געזען אז דורך דעם וועט ער ברענגען די גאולה שלימה. האט דער שטן געזאגט צו רבי איציקל זי"ע: "אויב הערסטו נישט אויף, וועל איך מאכן די גאנצע וועלט פאר חסידים".
[ווי די ספרים ערקלערן דארט, אז ער האט געמיינט צו זאגן, אז ווען ער וועט יעדן מאכן פאר חסידים, וועלן זיין חסידים פון סטרא אחרא ח"ו] האט רבי איציקל געזאגט דעם ס"מ, אויב אזוי וועל איך נאר ארומפארן בלויז צו זאמלען געלט, אבער רבי איציקל זי"ע איז ווייטער געפארן מיט'ן דעת צו מתקן זיין וואס ער האט געוואלט אין דעם ענין פון מלבושים פון שבת, אבער לא איסתייא מילתא.
הרה"ק רבי יצחק אייזיק מקאמארנא זי"ע פירט אויס אין זיין ספר הק' "שולחן הטהור" בזה הלשון: "מ'זאל זיך משתדל זיין און זיך אנקליידן שבת מיט פיר ווייסע בגדים, און דאס פּאסט זיך פאר יעדן איינציגן איד, און ער זאל מקבל זיין די בושות און יסורים, און דער צער און מסירות נפש, און מען וועט געראטעוועט ווערן פון אלע עבירות, און פונעם יצר הרע און פונעם פייער פון גיהנום, און דאס וועט מקרב זיין די גאולה. און אויב וואלטן אלע אידן זיך אנגעטון ווייסע בגדים אום שבת, וואלט די גאולה שוין געווען מיט א בחינה פון "אחישנה". אזוי איז באקאנט פון דער פריער דערמאנטער מעשה פון הרה"ק רבי יצחק מדאהביטש זי"ע, וועגן דעם זאל מען עס נישט נעמען פאר גרינג, אין דעם ביטערן זמן איז נישט שייך ביי דעם קיין שום "יוהרא"." ער פירט אויס: "אשרי לו", עכלה"ק. (עבודת עבודה – טאהש)

חסיד'ישע בעקיטשעס...
הרה"ק רבי יודעלע דזיקוב'ער זצוק"ל שילדערט וויאזוי עס האבן אויסגעזען די בעקיטשעס פון די מארמארישער חסידים, ווען זיי זענען געקומען צו פארן אויף ראש השנה קיין 'גרויסווארדיין' צו וויילן במחיצת קדשו פונעם הייליגן 'אהבת ישראל' פון וויזניץ.
זיי זענען געפארן מיט'ן באן צונויף געקוועטשט הונדערטער חסידים אינאיינעם. ווען דער באן האט זיך אפגעשטעלט ביים הויפט באן-סטאנציע, זענען אלע געגאנגען צופיס פונעם באן-סטאנציע ביזן שטאט אריין, ס'איז א האלבע שעה וועג צו גיין, ס'איז זיי בכלל נישט איינגעפאלן צו דינגען א וואגן.
זיי האבן אזוי אינאיינעם אריין שפאצירט אין שטאט, ווען א זאק פון קליידער האט מען געשלעפט אויף די אקסלען, אין וועלכע די קליידער זענען נישט געווען אזוי מסודר... און אויך די פאטשיילע (טאש-טיכל) איז געווען אריינגעשטעקט אינעם בעקיטשע טאש, האלב אינדרויסן... די גאנצע שטאט איז געפארן אויף רעדער פון די 'מאדנע חסיד'ישע געסט'. פון אלע פענסטער'ס האבן מענטשן ארויסגעקוקט מיט וואונדער. 'גראסווארדיין' איז דאך געווען א ריכטיגער אשכנזי'שער שטאט. זיי זענען שוין איינמאל נישט געווען געוואוינט צו אזעלכע מאדנע ערשיינונגען ביי זיי אין שטאט... (זכרון יהודה)

מחילת עוונות
הרה"ק ר' משה הגדול מפשעווארסק זי"ע האט אמאל געזאגט אז ווען א מענטש טוט אן אויף שבת ווייסע בגדים איז מען אים מוחל זיינע עבירות. האט אים זיין זון געפרעגט: "כ'האב געזען דעם טאטן ערב שבת ביי מנחה, שוין מלובש אין די בגדי שבת, און דאך אזוי וויינען ביי 'סלח לנו'?..."
האט אים דער טאטע געענטפערט: "ווען כ'בין נאך אויף דעם עולם, ווערט מיר טאקע נמחל אלע עבירות. אבער ביים דאווענען ווען כ'בין ארויף צו די עולמות עליונים, דארט איז שוין פארצייכנט אויף מיר עטליכע עבירות!" (קביעא וקיימא פי"ג)

צאנזער רב מיט'ן ר"ר מענדלי'ס בעקיטשע
ווען הרה"ק ר"ר מענדלי רימאנובער זי"ע איז נסתלק געווארן, האט זיין זון הרה"ק רבי נתן לייב נישט געוואלט איבערנעמען דאס רבי'סטעווע. אזוי האט ער נישט געהאט קיין פרנסה, האט ער פארקויפט די הייליגע חפצים פון זיין פאטער, און דער געשטרייפטער קאפטן (אזוי ווי דער ירושלים'ער קאפטן) האט ער פארקויפט פאר'ן הייליגן דברי חיים זי"ע.
דער צאנזער רב זי"ע האט עס אבער נישט געקענט אנטון ווייל ס'איז געווען קליין און ענג, אבער יום הקדוש ווען צאנזער רב פלעגט זיך אביסל אפרוען פונעם עבודת היום, פלעגט ער זיך צודעקן מיט דעם הייליגן בעקיטשע. איידער די הסתלקות האט דער צאנזער רב געמאכט תנועות (ער האט דאן שוין נישט גערעדט) אז ער וויל זיך צודעקן מיט א געוויסע חפץ. די הייליגע זין האבן נישט פארשטאנען וואס ער מיינט - איינער האט געברענגט א קישן דער אנדערער א ליילעך און צאנזער רב זי"ע האט אלעס אראפגעווארפן פון זיין הייליגן גוף.
איז געווען דארט אן אייניקל הגה"ק רבי אשר מאיר מבאכניע זצ"ל, ער איז אריינגעלאפן אין שטוב און א כאפ געטאן ר"ר מענדעלי'ס קאפטן און האט דאס ארויף געווארפן אויפ'ן זיידן, און צאנזער רב האט געמאכט א תנועה ווי איינער אטעמט אפ.
נאך דער הסתלקות פונעם צאנזער רב זי"ע האבן אלע זון מסכים געווען אז וויבאלד דער אייניקל רבי אשר מאיר האט צוגעטראפן צום צאנזער רב'ס כוונה, זאל ער באקומען דעם קאפטן. ווען מען האט געמאכט די הקפות זענען אלע קנעפליך אראפגעפאלן, און אזוי איז די בעקיטשע געבליבן אן קנעפליך. (שיח זקנים ח"ב)

א ווייסער אויבן-אן...
הרה"ק ר' יעקב ישראל מטשערקאס זי"ע האט געזאגט: "ביים זיידן הרה"ק רבי נחום (דער הייליגער מאור עיניים זי"ע) איז געווען אן אויבן-אן מיט ווייסע דזשיפיצעס!" געמיינט האָט ער אז אלע גרויסע תלמידים וועלכע זענען געזעסן אויבן ביי מזרח זענען געווען מלובש אין ווייסע בגדי שבת, אזויווי די גרויסע צדיקים אין די פריערדיגע דורות. (סיפורים ומאמרים יקרים עמ' כ')

הרהורי תשובה
ווען מען האט איבערגעדרוקט דעם סידור 'חמדת ישראל' (פון הגה"ק המקובל רבי שמואל וויטאל זי"ע בן הגה"ק המקובל רבי חיים וויטאל זי"ע, תלמיד מובהק פון מרן האר"י הקדוש זי"ע) האט מען עס געברענגט אין אן ערב שבת פאר'ן סקווערער רבי'ן זצוק"ל, האט ער עס גענומען און מעיין געווען דערין.
ווען ער איז אנגעקומען צו דף קכ"ד, וואו עס שטייט אז א מענטש דארף גיין יעדן שבת מיט פיר בגדי לבן וכו', האט זיך הרה"ק מסקווירא זצוק"ל אנגערופן: "דער טאטע ז"ל (הרה"ק רבי דוד'ל זצוק"ל) איז געגאַנגען מיט בגדי לבן." און ער האָט ממשיך געווען: "דער טאטע איז געגאנגען פרייטאג פארנאכט פאר'ן דאווענען אין וואסער (זיך צו טובל'ען), און פון דארטן איז ער תיכף נאכדעם געגאנגען אין ביהמ"ד. דאכט זיך, ס'איז נישט געווען קיין איינער וואס האט נישט מהרהר בתשובה געווען!"
(ליקוטי שמועות)

בעקיטשע - א גאנץ שבת!
הרה"ק רבי בערצי מנאדבורנא זי"ע האט פארציילט, אז הגה"ק רבי שבתי מראשקוב זי"ע איז נסתלק געווארן ערב שבת. פארנאכטס איז געקומען צו אים א שליח, און געזאגט אז ער זאל קומען מיט אים צום היכל וואו מען איז מקבל שבת אינעם עולם העליון. איז ער נאכגעגאנגען דעם שליח. ווען ער איז אנגעקומען צום טיר פונעם היכל, האט ער געזען דארט אן עלטערן איד, אן איש מכובד מאוד, שטייט אינדרויסן און גייט נישט אריין. האט אים רבי שבתי מראשקוב געפרעגט פארוואס ער גייט נישט אריין?
האט ער געענטפערט אז מ'לאזט אים נישט אריין ביז אינדערפרי (שבת צופרי), ווייל ער פלעגט נישט אנטון די שבת'דיגע ווייסע בגדים ביז אינדערפרי! (טעמי מנהגים דף קכ"ט)

**
בעקיטשע, קאפטין, דזיפיצע, גמיס, קופתאן, דזאלייה
דאס זענען אלע פארשידענע נעמען פון בעקיטשעס, עס ווענדט זיך לויט די מקומות ווי: ירושלים, פוילן, רוסלאנד, גאליציע, תימן.
זיי זענען פארשידנארטיג סיי אין קאליר, און סיי אין די סחורה. גאר ספעציעל איז דער ירושלים'ער קאפטן וועלכע - א טייל פון זיי - ווערן אויפגענייט לויט די שם הוי"ה, ווי אויך האבן זיי נישט קיין קנעפליך נאר שטריקלעך.

**
דער ירושלים'ער קאפטן
דער ירושלים'ער קאפטן שיינט ארויס מיט זיין אייגנארטיגן חן - 'א ירושלים'ער איד מיט א ירושלים'ער קאפטן'.
הרה"ק בעל ויואל משה מסאטמאר זי"ע האט דערציילט אז זיין זיידע, דער הייליגער ייטב לב זי"ע, איז אמאל געגאנגען אין גאס, אינמיטן איז דורכגעגאנגען אן אלטער אראבער וועלכער איז געווען געקליידעט מיט'ן מסורה'דיגן לבוש, א לאנג געשטרייפטע קלייד. דער 'ייטב לב' האט עס שטארק באטראכט, און געבעטן די מקורבים אז מ'זאל אים אויפנייען אזא קלייד. [דאס איז דער באקאנטער ירושלים'ער קאפטן].
שפעטער האט דער 'ייטב לב' מסביר געווען, אז די בני ישמעאל האבן נישט משנה געווען פון זייער לבוש שוין טויזנטער יארן, און אז זיי גייען מיטן זעלבן לבוש מיט וועלכע עס איז געגאנגען ישמעאל דער זון פון אברהם אבינו. אויב אזוי - האט דער ייטב לב זי"ע ממשיך געווען - ער האט דאך אנגעטון וואס אברהם אבינו האט אים אנגעקליידעט, קומט דאך אויס אז אברהם אבינו איז אזוי געגאנגען און אזוי ווייטער אלע אבות הקדושים, 'אויב אזוי וויל איך דאס אויך אנטון' האט דער הייליגער ייטב לב זי"ע אויסגעפירט.
פון ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז געוואָרן ירושלים'ער רב, פלעגט ער דאס אנטון ביי 'שלש סעודות'.
תלמידי הגר"א און די תלמידי בעש"ט וועלכע זענען ארויף געקומען קיין ארץ ישראל זענען אלע געגאנגען מיט'ן קאפטן. און אזוי אלע גדולי ירושלים אין יענע צייטן.
ווען הרה"ק רבי אהרן מבעלזא זי"ע איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל, האבן אים די ירושלים'ער אידן געבעטן דאס ער זאל אנטון דעם ירושלים'ען קאפטן, אבער בעלזער רב זי"ע האט נישט געוואלט משנה זיין ממנהג אבותיו הק', האט ער עס נישט אנגעטון. איין מאל א יאר האט בעלזער רב יא אנגעטון דער ירושלים'ער לבוש: ערב פסח ביים מצות-באקן נאך חצות היום.
אמאל איז דאס געווען דער לבוש פון יעדן ירושלים'ער איד, נישט קיין נפק"מ פון וועלכער קרייז ער איז געקומען.
אין די שפעטערע יארן האט די זאך אנגעהויבן כמעט אונטערצוגיין.
אבער כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זצוק"ל האט אסאך פארפירט אז מ'זאל ווייטער גיין דערמיט. אזוי איז דער קאפטן געווארן ווי 'נכסי צאן ברזל' פון חסידות תולדות אהרן אין ירושלים עיר הקודש תובב"א.
עס איז אויך באוואוסט אז דער ירושלימ'ער רב, הרה"ק רמ"א פריינד זי"ע, האט מעורר געווען די חסידים זיי זאלן זיך אנטאן דעם ירושלימ'ער לבוש, און אסאך האבן ממלא געווען זיין רצון און האבן זיך עס אנגעטאן.
די ארטיקלען וועלכע ווערן ארויפגעשטעלט קומען פון אויסגאבעס וועלכע עקזיסטירן מער נישט, און ווערן צוגעשטעלט ספעציעל פאר "קאווע שטיבל". יעדער ארטיקל ווערט מוגה פאר'ן ארויפגעשטעלט ווערן, און טאר נישט גענוצט ווערן ערגעץ אנדערש אן רשות.
ארכיוויסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:22 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 10:50 pm

צוויי קורצער הערות.
דער צאנזער רב אין ייטב לב זענען געוועהן תלמידים פין חוזה, דער ד"ח האט ווייטער געטראגען א ווייסע בעקישע, דער ייטב לב נישט.
ווען זיי האבען זיך משדך געוועהן האט האט דער גאליצער רב. געזאגט פארען ייטב לב, ספאסט נישט זאלסט נישט טראגען א ווייסע בעקישע ווען דער ד"ח גייט יא, האט ער מסכים געוועהן צו גיין א וויסע בעקישע. ווידער פארען ד"ח האט ער געזאגט דאס פארקערטע, ספאסט נישט זאלסט גיין א ווייסע בעקישע ווען דער ייטב ןב גייט נישט, און האט מסכים געוועהן אויף א שווארצע.
אזוי צו דער חתונה זענען זיי אנגעקומען דער ד"ח מיט א שווארצע און דער ייטב לב מיט א ווייסע.....



צווייטער הערה, היינטיגע רביס קויפען גאר אסאך חאלאטלעך, למשל טאשער רבי קויפט בערך אכציג חאלאטלעך נאר פאר די ימי תשרי.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2737
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 5:00 pm
האט שוין געלייקט: 584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1387 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 10:53 pm

זייער שיין ארכיוויסט! :like
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9457
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 4418 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4050 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 11:17 pm

דער הייליגער שינאווער רב זי"ע איז געווען אן איש אמת. ער האט ממש געקעמפט פאר'ן אמת. און ער האט זיך דערווייטערט פון א נדנוד פון שקר. איז אמאל (פאר פסח) אריינגעקומען אין ביהמ"ד אין א וואכנטאג אנגעטון אין א ווייסע בעקישע ווייל מען האט די וואכנדיגע בעקישע געגעבן צו רייניגן. האט ער געהייסן אויסרופן אז דער טעם וואס ר'האט אנגעטון די ווייסע בעקישע איז נישט ווייל ער האט מוסיף געווען אין פרישות און יראת שמים, נאר ווייל מ'האט געגעבן צו רייניגן די אנדערע בעקישע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5093
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 5082 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2248 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 11:22 pm

זאג ר' בערעל רומפלער די מעשה וועט ער אויך אויסרופען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2737
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 5:00 pm
האט שוין געלייקט: 584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1387 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 1:46 am

וועגן דעם אז דער חוזה האט געזעהן אברהם אבינו מיט די חסידישע לבוש , האב איך אמאל געהערט אז פאר יעדע צדיק באוויזט זיך אברהם אבינו מיט יענעמ'ס לבוש
געב א דריק.... יא, די קליינע הענטעלע דארט אויווען.....
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4338
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 3710 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2925 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 2:26 am

איחוד פעלד האט געשריבן:זאג ר' בערעל רומפלער די מעשה וועט ער אויך אויסרופען.

מזל טוב. צו באקומען א נייע נאמען. וואסי פשט אין די שאלה?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5093
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 5082 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2248 מאל

הודעהדורך מורינו הרב » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 7:52 am

דער ערשטער וואס האט געבראכן דער ירושלימ'ער לבוש, איז געווען דער אמרי אמת, ווען ער איז געקומען קיין ירושלים איז ער געווען דער ערשטער וואס האט זיך נישט געוואלט טוישן דער לבוש. דעריבער זענען אלע גורער חסידים געגאנגען אן דער לבוש און שפעטער אויך אלע אנדערע חסידים.

די ירושלימ'ער קענען אים נישט מוחל זיין דערויף.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1122
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:48 pm
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

הודעהדורך outspoken » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 8:54 am

די ירושלים'ער זענען טאקע זייער בייז אויפן גער'ער און בעלזא'ער רבי'ס ז''ל אז זיי האבן נישט אנגעטון די ירושלים'ער לבוש (סאטמאר'ער רבי ז''ל האט דאס יא אנגעטון , אבער ס'האט געהאט קליינע שינויים)

למעשה קען מען זיי פארשטיין, אידן פלעגן געווענדליך נאכן חתונה מאכען די קינדער ארויפגעקומען קיין ירושלים אויסצולעבען זייער יארן בקדושה ובטהרה (און ס'פלעגט אמאל זיין א תקנה אז א רווק האט נשט געטארט וואוינען אין ירושלים) האט מען זיך אנגעטון די הייליגע ירושלים'ער לבוש.

אבער ווען די רבי'ס און זייער גאנצע קהלה(וויפיל ס'נעבעך איבער געבליבען) זענען ארויפגעקומען קיין ירושלים איז דאס געווען א מקום פליטה און איין גרויסע שמאלץ טאפ פאר יעדן, האבן זיי געהאלטן אז מ 'זאל ענערשט האלטן די מנהגים פון ווי מ'איז געקומען.

און אמעריקע האבן די רבנים אויך געהאלטן אז מ'זאל גיין לויט די מקום פון ווי מ'איז געקומען, ווי צדקות ר' מאיר בעל הנס ועוד.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1117
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 9:43 am
האט שוין געלייקט: 282 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 680 מאל

הודעהדורך מורינו הרב » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 10:05 am

אויב וואלט גורער רבי דעמאלס אנגעטאן דער לבוש (אזוי ווי דער לעלובער האט געטאן), וואלט נישט געווען היינט אזא זאך אז מען זאל נישט גיין מיט דעם לבוש אין ירושלים.

צו אמעריקא איז דאס נישט גלייך, וויבאלד די שינויים פון דארט איז געווען לגריעותא - א זאך וואס מען האט זיכער נישט געטארט נאכגעבן, משא"כ אין ירושלים ווי עס איז געווען לעילויה, בפרט ווען אלע צדיקים פון פריער האבן זיך געטוישט קומענדיג קיין ירושלים, א שטייגער ווי זוועהיל, לעלוב וכל שאר הצדיקים.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1122
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:48 pm
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 10:22 am

מורינו מאכסט מיר לאכען גערער רבי וואלט נישט געדארפט אנטוהן די בעקיטשע "אזוי ווי דער לעלובער האט געטאן" ווייל די גאנצע בעקיטשע שטאמט פון לעלובער רבי! , שווער צו גלייבן אז סאטמארער רב האט בכלל פארציילט אזא מעשה אויף זיין זיידע דעם ייט"ל, ווי פונקטליך האט דער ייט"ל געזעהן א אראבער מיט דעם לבוש? און אוהעל? צו אין סיגט?

קינד און קייט אין ירושלים וועלן דיר וויסן צו זאגען אז דער לבוש האט מייסד געווען ר' אליעזר מנחם מענדל בידערמאן וואס איז ארויף קיין ירושלים מיט זיין טאטע ר' משה מלעלוב, מיט עם איז געווען די מעשה מיטן אראבער און אויך האט ער געהייסען דעם שניידער אויפנייען די בעקיטשע פון 26 שטיקלעך כנגד שם ה'.
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3697
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 3475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

הודעהדורך מורינו הרב » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 11:04 am

איך בין נישט אזוי קלאר אין די ענינים, אבער, אויב שטאמט די גאנצע מעשה פון לעלוב, דאן ווי אזוי האבן אלע ליטאים אנגענומען דעם לבוש פה אחד? - מען רעדט דאך פון תלמידי הגר"א, פארברענטע מתנגדים.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1122
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:48 pm
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 11:16 am

תלמידי הגר"א אליינס האבן נישט אנגענומען דעם לבוש ווייל זיי זענן שוין לאנג נישט געווען בין החיים ווען לעלובער רבי איז ארויף קיין א"י, אבער זייערע אייניקלעך די פרושים האבן עס יא אנגעטוהן גענוי ווי אלע אנדערע ירושליימער אידען.

און בכלל דארף מען געדענקען אז אלע אלטע משפחות אין ירושלים אין יענע יארען כמעט אן אויסנאם זענען געווען מחותנים אהין און צוריק עטליכע מאל אפגעזעהן צו זיי האבען געשטאמט פון חסידים צו אונגרישע אדער פרושים.
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3697
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 3475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:00 pm

בקיצור, אן אראבישער לבוש.
אללא אכברררר
ס'איז שוין לאנג נישט יענע כעלעם...
כעלעם'ר מגיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 439
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:36 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

הודעהדורך קליגער איד » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:04 pm

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:בקיצור, אן אראבישער לבוש.
אללא אכברררר

איך האב נישט געוויסט אונז האב מיר דא א כעלעם'ר מגיד"
אויב האט קיינער נישט קיין טענות אויף דיר, דאן געפינסטו זיך אין א בית הקברות!
קליגער איד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 11:55 am
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

הודעהדורך מורינו הרב » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:39 pm

די מעשה מיט ר' אלעזר מענדל איז מקובל, אבער עס איז מורא'דיג שווער.

דער מציאות איז אז די אראבער היינט גייען נישט אזוי, און אמאל זענען זיי אויך נישט אזוי געגאנגען. סא, אפשר אז איין אראבער איז אזוי געגאנגען, האט דער רבי ברוח קדשו געזען אז דאס איז דער לבוש פון די אבות. אנדערש איז אביסל שווער צו פארשטיין.

אין ויקיפדיה שטייט אז דאס איז געווען א ספרדי'שע לבוש, און וויבאלד די אשכנזים האבן זיך אנגע'חובות'ט פאר די שטאט, אויף אן אופן אז זיי האבן דאס נישט געקענט צוריקצאלן, און מען האט זיי גע'רודפ'ט דערפאר, האבן זיך אשכנזים פארשטעלט ווי ספרדים, אז מען זאל זיי נישט דערקענען. שפעטער האבן זיך די ספרדים מאדעניזירט און זיך אנגעטאן יורפאישע קליידער, אבער די אשכנזים זענען געבליבן מיט די אלטע מסורה פון גיין די 'ספרד'ישע קליידער.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1122
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:48 pm
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מיטוואך פעברואר 13, 2013 5:34 pm

ארכיוויסט האט געשריבן:
די בעקיטשע

דערציילונגען און ווערטלעך איבער בעקיטשעס ביי צדיקים



דער טויש צו שווארצע בעקיטשעס
ביז'ן חוזה פון לובלין און אזוי אלע עלטערע תלמידים פונעם חוזה, זענען אלע צדיקים געגאנגען נאר מיט ווייסע בעקיטשעס.
דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זי"ע איז געווען דער וואס האט געטוישט פון דער ווייסער בעקיטשע צו א שווארצער.
ער איז געווען דער ערשטער חסיד'ישער רבי וואס האט אנגעטון א שווארצע בעקיטשע.
פארוואס האט ער מבטל געווען דער מנהג פון ווייסע בעקיטשעס? ווייל ס'איז געווארן א 'גאסן-לבוש', אסאך וועלכע זענען נישט געווען ראוי דערצו האבן זיך אנגעהויבן אנטון דערמיט, און דאס האט געברענגט א זלזול אין דעם חשוב'ן שבת'דיגן לבוש.
און אזוי איז טאקע געווען, אז אויסער די עלטערע תלמידים פונעם חוזה האבן אלע רבי'ס געטוישט די ווייסע בעקיטשע אויף א שווארצע. (סיפורי בעלזא)


עס קען זיין, אויב אזוי פארוואס איז עס געווען אזא חידוש אז דער ישמח משה איז געגאנגען מיט א ווייסע בעקיטשע אגאנצן וואך, אז מ'האט געשריבן אויף אים שבתא דכולא שעתא?

לויט וואס דו שרייבסט, איז דאך יעדער אזוי געגאנגען חוץ דער שר שלום וואס האט דאס געטוישט, דער ישמח משה איז דאך אויך געווען א תלמיד פונעם חוזה?
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1440
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:45 pm
האט שוין געלייקט: 533 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1422 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מיטוואך פעברואר 13, 2013 5:36 pm

איך אויך האט געשריבן:מורינו מאכסט מיר לאכען גערער רבי וואלט נישט געדארפט אנטוהן די בעקיטשע "אזוי ווי דער לעלובער האט געטאן" ווייל די גאנצע בעקיטשע שטאמט פון לעלובער רבי! , שווער צו גלייבן אז סאטמארער רב האט בכלל פארציילט אזא מעשה אויף זיין זיידע דעם ייט"ל, ווי פונקטליך האט דער ייט"ל געזעהן א אראבער מיט דעם לבוש? און אוהעל? צו אין סיגט?

קינד און קייט אין ירושלים וועלן דיר וויסן צו זאגען אז דער לבוש האט מייסד געווען ר' אליעזר מנחם מענדל בידערמאן וואס איז ארויף קיין ירושלים מיט זיין טאטע ר' משה מלעלוב, מיט עם איז געווען די מעשה מיטן אראבער און אויך האט ער געהייסען דעם שניידער אויפנייען די בעקיטשע פון 26 שטיקלעך כנגד שם ה'.


דו דערמאנסט מיר וואס דער מנחת אלעזר שרייבט אז מ'טאר נישט מאכן די עטיפת הטלית ביז אראפ אינטער די מויל. ער טענה'ט אז דאס איז נישט די עטיפת הישמעאלים. ווייל צו האסטו שוין אמאל געזעהן אן אראבער אריינהאקן אין א זויל בשעת ער גייט אויפן גאס???... ודפח"ח
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1440
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:45 pm
האט שוין געלייקט: 533 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1422 מאל

הודעהדורך פרישער » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 7:32 pm

צו פארענטפערן דו קשיא פון מנחת אלעזר, איז א דבר פשוט, ווייל דאס וואס מיר מאכן דעים אראבישן עטיפה, מיינט נישט אז מיר ברויכן מאכן דעים עטיפה גענוי ווי דו ישמעלים, ווי מ'שטיינט געזאגט אז מיר ברויכן האבן ישמעלישע אינספעקטארס וואס זאלן קימען אינספעקטירן צו מיר מאכן עס גענוי נאך, עס וועלן זיך עפענן דא נעיבן דעים שמש שטיבל קליינע קלאסן ווי מען לערנט אינז אויס שיעור עטיפה ארגענעילי דורך מאחאמאד, פאר א מינימאלע אפצאל, מיט סמיכה אז מיר קענען זיך בורקענען ווי סאדאם, עס וועלן זיין דו פרימערע אראבער וואס וועלן נישט נאך לאזן נאר אויב מען קען נאך מאכן בין לאדן.

נאר מען ברויך מאכן א עטיפה ווי ישמעלים, אויב מאכט מען דעים עטיפה ווי אזוי מיר מאכן עס איז עס מינימום ווי זיי מיט א שמיץ אריבער, און עס ווערט נישט ווייניגער עטיפה ווען מיר שטייגן זיי איבער, אזוי לאנג ווי מיר זענען כאטש מעיטף ווי זיי איז גיט.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 10:40 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

הודעהדורך ניו יארק » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 8:06 pm

.
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20131112-WA0002.jpg
IMG-20131112-WA0002.jpg (102.32 KiB) געזען געווארן 331 מאל
IMG-20131112-WA0001.jpg
IMG-20131112-WA0001.jpg (99.64 KiB) געזען געווארן 331 מאל
IMG-20131112-WA0000.jpg
IMG-20131112-WA0000.jpg (103.39 KiB) געזען געווארן 331 מאל
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 1:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 186 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 387 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Yahoo [Bot] און 4 געסט