ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4108 מאל

ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער

שליחה דורך קופערניקוס »

לרגל היום הגדול כ"א כסליו, די טאג וואס ווי באוואוסט אי לאו האי יומא כמה זר זהב איכא בשוקא. די טאג וואס ווען נישט די טאג וואלטן קיינער פון אונז נישט געשריבן אויף קאווע שטיבל, ווארום מיר וואלטן געלערנט אין ישיבה יוניווערסיטי און מיר וואלטן אלע געווען לויערס, דאקטוירים, מוצצים בכלי אדער וואל-סטריט באנקירער, די היינטיגע טאג איז כדי צו שרייבן מעניני הנס, ווי כידוע אז די תשב"ר עסן טשאקלעד וועיפערס און מאלן א פיקטשער פון א טרעין, להביע חסדיו ית' שנתגלגלו ע"י מסילת הברזל.

דער רבי איז ניצול געווארן דורך ד"ר ישראל קאסטנער ז"ל וועלכער האט געראטעוועט דעם רבין ז"ל. יא, שטייטזיך אז אלעס נאר אדאנק די חלום וואס שלמה יאנקל געלבמאן... איימסארי וואס ד"ר פישער האט גע'חלומ'ט אז זיין מאמע קומט אים אין חלום, אבער פארט, חלומות אין א זייט געלייגט, שלמה יאנקל אין א זייט געלייגט, ד"ר קאסטנער האט געראטעוועט דעם רבי'ן.

אין ארץ ישראל איז שפעטער פארגעקומען א גרויסער מהומה ווען אונגארישע אידן האבן פארפירט אז קאסטנער האט געראטעוועט די עליטע, די הויפט ציונים, דעם רבי'ן, די רביצין, רבי יוסף אשכנזי, און נאך מיליאנערן ; און נישט פרובירט צו ראטעווען אויף א גרעסערן פארנעם דעם כלל ישראל פון אונגארן. די קאנטערווערסיע האט זיך קיינמאל נישט געענדיגט, ווארום איין שופט האט גע'טענה'ט אז "קאסטנער מכר נשמתו לשטן" אן אנדערער שופט האט געהאלטן אז ער האט גוט געהאנדלט, און היסטאריקער זענען נאך עד היום מחולק צו ער האט געטון גוט, צו ער האט געמיינט גוט און צו ער וואלט אנדערש געדארפט האנדלען.

בכל אופן, סאטמאר האט זיך געטון זייערס, גע'בך בטחו'ט אין גרויסן, און זאלן די ציונים זיך רייסן צו קאסטנער האט גוט געטון צו נישט.

למעשה האט מען קיינמאל נישט דערמאנט דעם בעל הנס קאסטנער, עס איז געווען א חתונה מיט א חתן אן קיין שושבינים......

ביז ב"ה תשע"ג האט מען זיך געכאפט ביים קאפ אז עס איז צייט צו טון למעשה, מכיר טוב זיין פאר קאסטנערן. אבער וויאזוי גיין משבח זיין קאסטנער? נע, פאסט נישט. און נישט בלויז פאסט נישט נאר טראכט וואס דער מו"צ ביד"צ קהל יטב לב וועט שרייבן אונטערן פען נאמען ב' טויב אויב דער וויליאמסבורג ארמארי רבי וועט זאגן א גוט ווארט אויף קאסטנער, און דער גרויסער היסטאריקער טעלער וועט שרייבן אויפן קראונהייטס ארמארי רבי אויב ער זאגט א גוט ווארט, אלזא זענען ביידע געפאלן אויף א געניאלע המצאה: מען וועט אטאקירן ביבי'ן!

וואס וועט מען אטאקירן ביבי'ן? אה, נישט קיין דאגה, דער וויליאמסבורג ארמארי וועט אטאקירן ביבי אלס "מחוצף" ווייל ער האט שטילערהייט געשטיצט מיט ראמני און געלייגט אין א סכנה אלע אידן. ער איז דאך גערעכט, קוק נאר אן וויאזוי די דעילי ניוס, די נוא יארק פאסט און די עמי האקן אויף די אידן צוליב עפעס א נארישע בלבול פון עפעס א כזונה יעשה את אחותנו וועמענס טאטע גייט שטריימל בעקישע, א גאנצע כאדאראם וועגן א קליין מיידל, און זיי מאלן אפ עפעס א עסקן-מחנך-קנאקער ווי א לידער, ווען אין פאקט איז ער בלויז א ראש וראשון לכל דבר שבקדושה, הרבני החסיד המרומם און בכלל נישט קיין הגה"צ המפורסם....... און דאס איז שוין אלעס מיט אובאמא אלס פרעזידענט ווען יאסי געשטעטנער איז צעקלאפט, שטעלט ענק שוין פאר ווען ראמני וואלט געווען פרעזידענט, ווי שטארק די מידיע וואלט באשמוצט און יאסי וואלט דאך געווען טרעזשורי סעקרעטערי און קיינער וואלט נישט צוריקדערלאנגט די מידיא אין זיבעטן ריפ.... שוין איך פארפאר, בקיצור, די גאנצע אנטיסעמיטיזם שרייט דער וויליאמסבורג ארמארי רבי איז וועגן דעם מחוצף ביבי נתניהו.

דער קרוינהייטס ארמארי רבי האט אויך נישט טומן געווען ידיו בצלחת, ער האט אריינגעשמיסן נתניהו פארן ארעסטירן דעם שר התורה שמידעל, דער שליח פון חפץ חיים און חזון איש צו די קברים, און נישט סתם ארעסטירט, נאר מיט רשעות, ווען א גויטע פאליציאנט שטייט דערנעבן און איז מכשיל שמידעל מיט ראיות אסורות, און נישט בלויז דאס, נאר נאכדעם האבן זיי אים נאכגעהאלטן אין טורמע פאר א גוטע צוויי דריי שעה, כמעט דריי פראצענט אזוי לאנג ווי אברהמי זופניק מיט יאסעלע פליט, רחמנא ליצלן שומו שמים, מען וואלט געדארפט רייסן קריעה און טרונקען לימאן דזשוס פאר אזא זאך.

על כל פנים, האבן די גדולי חכמי ישראל ומנהיגי היהדות החרדית הצרופה אשר לא כרעו לבעל, געפערליך פארפירט קעגן נתניהו'ן, אבער וואס האט דאס מיט קאסטנער?

אה, דאס האט א הסבר:

קאסטנערס אן אייניקל, מירב מיכאלי לויפט יעצט צום כנסת המינים אויף די עבודה פארטיי, זי איז א גרויסע רשע'נטע, א שרעקליכע פעמיניסטקע, זי האלט אז פרויען זאלן געהעריג קענען גיין אויף באסעס און נאך אזעלכע לינקע איידיעס, אבער, פארט זי איז אן אייניקל פונעם בעל הנס, און עס קומט זיך הכרת הטוב עד דרא בתראה, דאי לאו האי יומא, וכו', און זי איז אין די צד שכנגד פון ביבי, איז א פאסיגע צייט צו מכיר טובה זיין דעם זיידן ז"ל און דערלאנגען דעם יעצטיגן ראש הכופרים און אזוי ארום דערלאנגען א זיג פאר קאסטנערס אייניקל, און אזוי וועט זי ווארשיינליך געווינען און אפשר מאכן א רעגירונג אינאיינעם מיט אמנון יצחק.

דער אשכול פארמאגט 73 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר