שניידן די בארד, איז עס טאקע אזוי הארב?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4222
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3602 מאל

שניידן די בארד, איז עס טאקע אזוי הארב?

שליחה דורך טאמבל סאס »

ביי אונז האט מען אלעמאל געוואוסט אז מען רירט אויף קיין פאל נישט אן די בארד, און ווען מ'זעהט עמיצער וואס די בארד הויבט אים אן קערצער ווערן, איז אזוי: אויב איז ער א בחור, איז ער ע"פ רוב איז שוין נישט אין א מסגרת הישיבה, און מ'פארשטייט שוין אז ער ארבעט, און צומאל איז עס אפ' א סימן אז ער פאנגט אן צו גליטשן, אדער ער זוכט זיך גליקן ביי פרעמדע ערטער,

אויב איז ער אבער שוין פארהייראט, איז דער בליק אויף אים נאך פיהל מער נידריגער.
אז א אינגערמאן האט קודם פארמאגט א ברייטע נישקש'דיגן בערדל און פלוצלונג פאנגט עס אן שרינקן ער ציפט, פליקט, שניידט, און טרימ'ט, דאן ווייסט מען אז עפעס איז נישט בסדר מיט אים.
מאנכע וועלן זאגן: די אינטערנעט האט אים קאליע געלייגט! אנדערע - די שלום בית איז נישט בסדר ביי אים.. און פארהאן אזעלכע וואס וועלן זאגן: ער וויל זיך געפעלן פאר אנדערע.. אדער - ער איז סתם אזוי קאלט צו אידישקייט, און עני זאך וואס איז אים לעול ולמשא זעהט ער ארונטער. און אזוי כהנה וכהנה.

ב"ה מיין פנים איז באצירט מיט א שיין געשמאקע בערדל, אבער איך וואונדער מיך פיהל מאל, צו איז אלע יארן געווען אזוי הארב און שטארק דאס ענין פון 'נישט שניידן די בערד'? פארוואס אויף בילדער פון אמאל און אפילו פון מיינע זיידעס זעט מען אז אסאך היימישע אידן זענען געגאנגען למחצה ולשליש ולרביע? און איך רעד לאוו דוקא פון די מלחמה יארן.

איז עס אמת אז דער חתם סופר האט איינגעזען פאר א העכסט נארמאלע זאך 'זעך צו שנייידן די בארד'?
און ווייסט וואס כ'וועל אייך זאגן, לאמיר צוריק גיין אפילו צו יארן פריער, אין די צייטן פון די תלמידי בעל שם, וויאזוי זענען דאן פשוטע אידן געגאנגען? אלע האבן געטראגן בערד און זיך נישט צוגערירט?

וואס איז געווען בתקופת האחרונים? און בתקופת הראשונים? מ'זאגט דאך אז אסאך בעלי מקובלים פון איטאליע (אריינגערעכנט דער בעל מסילת ישירים כ'ווייס נישט פון וואנעט ער איז געקומען, אבער א בעל מקובל איז ער געווען ) זענען געווען ראזירט?! און אדרבה זיי האבן נאך גאר געהאלטן אז האר איז קליפות.
און נאך פריער בזמן הגמ' זענען דען אלע געגאנגען מיט בערד? ס'איז בכלל שייך נאכצופארשן אזא זאך? אדער אפשר איז קלאר ווי די טאג אז אלע אפ' גוים זענען יענע צייטן געגאנגען מיט פילע בערד. ?!

און פארוואס איז עס געווארן שוין פארן קריג, און בעיקר נאכן קריג, אזוי שטרענג ביי חסידישע אידן פון אלע קרייזן, דאס נישט אנרירן די בארד? און אפ' פאות? צו איז עס טאקע וועגן דעם פאקט אליין, אז "די בארד איז כמעט די איינציגסטע זאך אויפ'ן מענטש וואס איז א עכטע פערמענאנטע צווישנשייד און אפטיילונג צווישן אונז און דעם גוי? און גלייכצייטיג אויך א זאך וואס טוט אונז פארמיאוסן אין זייערע אויגן, אזוי אז פאר'ן גוי זאל זיך נישט גלוסטן אונזער פריינדשאפט און אויסמישונג? און דאס זעלבע פאר אונז זאל נישט גרינג זיין, זיך צו אינטערגרירן בקרבו...? -- ווי מען זעט טאקע אז די אינגווארג פון די ליטווישע און מאדערנע פאלן אוועק אין גרעסערע פראצענטן, און ווען זיי זינדיגן איז עס מער און ארגער (א טריט ווייטער) ווי מיר חסידישע?! (אזוי דאכצעך מיר)

אבער געוואלד! פארוואס זאל יעדער איינער זיין געצווינגען צו טראגן א גראבע שוויציגע בארד פאר די ערווענטע סיבות? א בארד מאכט אסאך מאל שפירן אומבאקוועם. ס'קראצט! מ'שוויצט! מ'דארף עס אויסקעמען יעדן טאג! ביינאכט איז דא די ספיקות ווי עס צולייגן אויפ'ן דאכענע אדער אונטערן! און רבש"ע פארוואס דארף מען אזוי אראפקוקן אויף א בחור/אינגערמאן וואס שניידט זיך אויב איז לאמיתו נישט פארהאן קיין שום פראבלעם להלכה און אפילו ע"פ חסידות עס צו טרימען?! (איך פארשטיי אז שניידן אינגאנצן איז זיכער א פראבלעם. ע"פ קבלה. )

יעצט א שאלה פאר די וואס שניידן! דאס איז דאך איינמאל זיכער אז ס'איז א איסור צו שעיוון אינגאנצן די האר מיט א גאל מעסער - ווי עס זענען אלע היינטיגע באנוצטע מעסערלעך מיט די פאום. איז פון וואו נעמט זיך א היתר צו שעיוון אויף אזא אופן? איז דאס נישט ממש די לא תקיפו וואס די תורה פארבאט אונז? און זאג מיר נישט אז די אלע גלאט גלאנציגע ראזירטע בעקעלעך נוצן בעצם שער מאשינדלעך ווייל דאס קען מען תיכף באמערקן אויפן פנים! א שער מאשינדל מאכט קיינמאל נישט אזוי גלאט און שיין ווי א מעסערל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 56 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר