וואוטען אין די בחירות אין מדינת ישראל.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

וואוטען אין די בחירות אין מדינת ישראל.

שליחה דורך עוד מישהו »

מסתמא ווייסן ענק אלע די נייעס, י"א שבט יאנואר 22 למספרם, גייט פארקומען די וואלן פאר די כנסת אין מדינת ישראל.

איך פרעג נישט צו מ'מעג גיין צו די בחירות. די זעחוסויאגעןליינע, האט געהאלטן מ'טאר נישט, אנדערע רבי'ס און גדולים האבן געהאלטן מ'מעג יא, אין מיינע אויגן איז עס א מחלוקת הפסקים האחרונים, וויבאלד מיינע רבנים האבן געפסקנט אז מ'מוז פרעג איך נישט קיין קשיות, מיינע רבנים האבן מיר געזאגט צו שטימען פאר וועם איך האלט, וועט העלפן אידישקייט בליען, און נישט מוותר זיין אויף אידיש בלוט.

יעצט איז אזוי, אגודה האט גארנישט געהאלפן פאר אידישקייט אין די לעצטע פאר יאר, אלע מענטשן דארט אנגעהויבן מיט ליצמאן געענדיגט מיט אייכלער, זענען אינטערעסאנטן, וואס צאפן דעם דם התמצית פון די מענטשן וואס שטימען פאר זיי, אלעס פאר כבוד און עגא.

ש"ס איז דאך אפגערעדט אז נישט, ממילא ווען ארי' דרעי וואלט נישט געלאפן, א האלבע צרה, ער לויפט דאך אבער יא, און מען רעדט דאך פון א לינקע ראדיקאל, וואס האט געשטימט לטובת די אסלא אפמאך, וואס האט געגעבן געווער פאר די פאלעסטינער, וואס האבן דאס גענוצט צו הרג'נען אידן הי"ד.

צו גיין לויט וואו אונזערע זיידער אין אמעריקע, און שטימען מיט די לינקע, איך מיין עבודה, אסאך פרומע גייען שטימען פאר פרייע פארטייען, אזוי וואו אין אמעריקע אלע שטימען פאר גויישע פארטייען, און קיינער עפנט נישט קיין אידישע פארטיי. פון די אנדערע זייט שטיצן זיי חוקי תועבה.

ליכוד איז טאקע א רעכטע פארטיי, סענטימענטאל צו אידישע טראדיציע און רעליגיע, אסאך ירושלימ'ע אידן שטימען שוין יארן פאר די פארטיי, ספעציעל נאך אין די יארן פון מנחם בעגין, וואס איז געווען א ווארעמע איד, וואס האט געהאלטן שבת, און געדאווענט דריי מאל א טאג.

פאר די מזרחיסטן (מתנחלים) איז א פראבלעם צו שטימען, פון איין זייט וועלכע איד וויל אז מ'זאל דארפן האבן א וויזע צו קענען פארן צו קברי האבות און חברון פאר א דוגמא. מצד שני, וואו לאנג וועט זיך די מצב מיט מבקשי רעתינו אונציען, יעצט האבן זיי באקומען אן אנערקענונג אין די יו ען, אלס א צוקוקוער, איין שטאפל פארן ווערן אן אנערקענטע מדינה, די מזרחיסטן לעבן אין א געוויסע זיסע פאנטאזיע, אבער נישט דעם רעאליטעט.

אויב האבן ענק אן ענטפער, (אגודה זיכער נישט, [די רבי זעכיסויאגעןליינע האט געאסרט], סתם איך האב פיינט אויסנוצערס), לאזט וויסן.
פארשטייט זיך דאס איז נאר אויב בין איך דארט פאר די בחירות, וואו עס קוקט אויס וועל איך טאקע דארט זיין.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר