איך געב אויף - איך ווער אינגאנצען רעכטס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

איך געב אויף - איך ווער אינגאנצען רעכטס

הודעהדורך איחוד פעלד » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 7:26 pm

איי איי איי.

איך האב שוין נישט קיין כח.

איך גיב אויף.

אזוי האב איך היינט אינדערפרי געקלערט, בעת כ'האב געשלונגען קליינע סיפס פין מיין הייסע קאווע אין פיזישען ק"ש, כלפי מה הדברים אמורים?

איך האב א חבר, וואס ביי יעדעס סומאטאכע פיר איך מיט אים הייסע וויכוחים, זאל עס זיין ביי דעם הרוג פין פלארידא, צו ביי די אלימות אין בית שמש, צו מציצה בפה, און אזוי ווייטער, אלץ בין איך געוואוינט צו טענה'ן מיט אים און אויף ווייזען וואס איך האלט, און ער וואס ער האלט, און די טענה'ריי גייט אהן ביז נאכען זמן תפילה, און ביידע גייען אוועק מיט עגמת נפש....

היינט האב איך מיך אנגעקלערט, גענוג געוועהן, איך טענה זיך נישט מער....

און אזוי שלוגענדיג א פיינע קאווע, מורמעלט זיך פאר מיין רעכטער חבר, שווערע נייעס היינט, הא?

וואס איז שווער?

די הרוגים אין קאנעקטיקעט!

יא יא, מיט א קרעכץ.

זאג איך ווייטער, מען זעהט בחוש ווי דער פין הימעל צאלט צוריק מדה כנגד מדה, אין אמעריקא האט מען באשולדיגט וו"מ בלא דין ומשפט, האט מען דא גע'הרג'ט מענטשען בלא דין ומשפט.

מיין רעכטער חבר קוקט מיך אזוי אהן מיט א פאר אויגען וואס כ'האב נאך קיינמאל געזעהן, אזוי צו פרעגען מיינסט עס ערענסט? איך האלט איין מיין געלעכטער מיט אייזערנע קייטען, און איך גיי ווייטער אהן מיט מיין שטיקעל תורה,

מען דארף זיין א היבשער אפיקורס נישט צו זעהן דער יד ה', פונקט אכצען מענטשען געשאסען, כמנין הדזשורי מיט דער ממלא מקום'ס, ממש צו ווייזען אז אונזערע סיסטעם שטונקט, וצריך תיקון גדול.

שוין, זאגט מיין חבר מיט א קרעכץ. ס'איז אמת ויציב, די קאראפשען איז למעלה מראש, דא זעצט מען איין א איד פאר נישט עדות זאגען, און ביי וו"מ סטראשעט מען שאלאמאן אז טאמער ער קומט יא עדות זאגען זעצט מען אים גאר איין!! איז דאס יושר??

שוין זעמיר ביידע איינשטימיג, די אמעריקאנער רוצחים, אשרי שיאחז וניפץ את עולליך, גיימיר דאווענען בשמחה רבה.




שטעלט זיך די וויכטיגע שאלה, זאגט איר אייביג אייערע אמת'ע דעה, אדער גייט איר מיט די שטרום, און לאזט נישט ארויס קיין התנגדות אפילו אויף שיטות וואס זענען דאס פארקערטע פין אייערע גאר עיקר שיטות?

עס זעהט מיך אויס אז עס איז פיל געשמאקער מסכים זיין מיט אסאך מענטשען, ווייל נישט מען טוט עפעס אויף נאר מען מאכט עגמת נפש.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1554 מאל

הודעהדורך לעמאן דזשוס » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 7:42 pm

אינטערעסאנט, איך רעד פונקט פריער מיט ״דיין״ חבר, דערציילט ער מיר גענוי די זעלבע געשיכטע, וויזוי ער׳ט אזוי שיין צוגעשטימט צו ״איחוד׳לס״ תורעלעך איבער אמעריקע און קאננעטיקוט

ער זאגט מיר ווי שיין עס איז מיטצוגיין מיט׳ן שטראם


כעוורע! אזוי מאכט זיך די שטראם מיט די שטרעמונגען
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 12:33 am
האט שוין געלייקט: 445 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 689 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 12:01 am

לעמאן דזשוס האט געשריבן:אינטערעסאנט, איך רעד פונקט פריער מיט ״דיין״ חבר, דערציילט ער מיר גענוי די זעלבע געשיכטע, וויזוי ער׳ט אזוי שיין צוגעשטימט צו ״איחוד׳לס״ תורעלעך איבער אמעריקע און קאננעטיקוט

ער זאגט מיר ווי שיין עס איז מיטצוגיין מיט׳ן שטראם


כעוורע! אזוי מאכט זיך די שטראם מיט די שטרעמונגען


געשריבען האב איך
איך האב א חבר, וואס ביי יעדעס סומאטאכע פיר איך מיט אים הייסע וויכוחים, זאל עס זיין ביי דעם הרוג פין פלארידא, צו ביי די אלימות אין בית שמש, צו מציצה בפה, און אזוי ווייטער, אלץ בין איך געוואוינט צו טענה'ן מיט אים און אויף ווייזען וואס איך האלט, און ער וואס ער האלט, און די טענה'ריי גייט אהן ביז נאכען זמן תפילה, און ביידע גייען אוועק מיט עגמת נפש...
.

עניוועי
איך זעה כ'בין נישט אליין, דיין חבר טוט אויך אזוי...............
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1554 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט