מצב"פ ווען יעדער קוקט אויף דיר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

מצב"פ ווען יעדער קוקט אויף דיר

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 2:36 pm

ווי תמיד, פראביר איך נישט צו זיין איינזייטיג ווען די צוויי "פאקטען" זענען מחוץ מיינע ד' אמות. וואס ווייס איך? איינער שרייט ס'איז טריפה, דער צווייטער שרייט "וואו איז דא צומות ממכירה ואילך?" צו דען בין איך געווען דערביי ווען א טעראפיסט האט געטראפט חלב (מיט א צירי) במקום חלב (קמוצה)? שיטה מקובצת און מו"ר ר' הערשל שעכטער ווילען זעהן גרויסע כלים אויפן סנדק'ס שויס, אויף די אנדערע זייט שטייען רבנים פון גאנץ נארט-אמריקה און פארלאנגען זייערע בירגער-רעכטען (יידל איז דאס שוין מסביר במקומו). און איך שטיי אינדערמיט, ווער וויל דען אריינלייגן זיין קאפ צווישען צוויי בערג ? סא סכנה! איר קענט דאך די מעשה ווי צוויי בערג זענען זיך צוזאם-געקומען, א בילד דערפון איז דא אין יואלי לעבאוויטשע'ס שווער'ס "הילף פאר די קינד".

איך ווייס נישט וואספארא נייעס די היינטיגע געריכט איבער מצב"פ וועט ברענגען. קאורט ריזאלטס זענען פשוט-קאמפליצירט פאר מיר, איך קען נאר ליינען פשוטע ווארע. – טאקע אין אישי שיקט מיר א גוט הארציגע ניק, כ'וועל נישט פורש בשמו זיין, נאר ברמיזה ********: "איך האב דיך געלייקט. ווען איך עס מיטאג, האב איך ליב פלאטשיגע סחורה, ביסט גוט, שכועך" (סארא נועם המידות...)
וואס דען? לאמיר דעבאטירען סתם, אלץ חברים וואס האבן זיך פונקט אריינגעבאמפט אין קאווע שטיבל.
לאמיר זאגן, אז דאס מאל איז נישט געווען "והיא לא תצלח", און די שטאט פירער פירען איין א געזעץ וואס אסר'ט מציצה בפה. פארשטייט זיך אז מענצער-און-גאלדבערגער, וואס די הייליגע מצוה ברענט אין זיי, וועלען נישט איינרוהען, אבער לעת עתה, שוועבט א געלט/תפיסה עונש אויף די טאטע/מאמע/מוהל וואס וועלן נישט הארכען.

והנה און און (קרעדיט: קופורניקוס אין ק"ש), מ ז ל ט ו ב ! א נייע קינד אויף די קוויטעל, נישט סתם א קינד, נאר א יונגעלע! א בן זכר! האסט משקיע געווען? יעצט עס די פירות! איך בין זייער פרייליך פאר דיר און דיין ווייב, זאלען ענק טאקע נחת שעפן ביז דער 120.
דו ווייסט פון גארנישט, קומסט אריין אין ס'מדרש צו מעריב (יא, ס'נאך דא אידן וואס דאווענען מנחה מעריב טעגליך) חיים שלמה גיט דיר א ברייטע מזל טוב, און דער אלעמען באקאנטע אויפגעקלערטע נחמן דערנענטערט זיך צו דיין אויער איז זאגט בלחישתא: דו ווייסט אז דעם טאג פון דעם ברית איז פונקט דער טאג וואס מציצה בכלי גייט אריין אין קראפט. הא?

דו ווערסט רויט, פארשעמט, וואס טוט מען?

    א - כ'וועל רופען א מוהל וואס האט דער כלי. מיין טאטע און שווער לעבן שוין נישט, סאו קיינער קען מיר נישט הייסן וואס צו טוען. – און די ברית וועט טאקע מוזן זיין א שוהל אינדערויסען פון ברוקלין. כ'וועל בעהטן ניקלשבורג רבי פון ב"פ צו עפענען זיין שוהל אין די בערג.

    ב - אלץ מיר אויס גייט מיר נישט אן, אבער מיין טאטע סטראשעט מיט די ירושה.

    ג - כ'וואלט געמאכט בכלי בפרהסיא, און איבער געמאכט בפה אין קעלער.

    ד - כ'וואלט געמאכט בפה, און געווארן כלל ישראל'ס צדיק.

איך פרעג נאר
איך בין נישט איבערצייגט אז ס'דא איינער וואס ווייסט די סיבה פארוואס תבל ומלואו זענען באשאפען געווארן.
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6278
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6677 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 3:16 pm

כ'פארשטיי נישט דיין קושיא, וואס א נפק"מ פאר דיר צו די געזעץ גייט אריין אין קראפט צו נישט? ס'איז נישט דיין פראבלעם, די געזעץ איז מחייב די מוהלים דיך צו גיבן א קאנסענט צעטל, דו ביזט נישט עובר קיין שום געזעץ אויב דער מוהל גיט דיר נישט דאס צעטל.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4903
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3991 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 3:22 pm

איך רעד אין א מצב וואס מציצה בפה איז גע'אסר'ט אינגאנצען.
איך בין נישט איבערצייגט אז ס'דא איינער וואס ווייסט די סיבה פארוואס תבל ומלואו זענען באשאפען געווארן.
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6278
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6677 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 3:27 pm

הממ. פארוואס נישט מאכן די ברית אויף א שיף אינדרויסן פון די ניו יארקע וואסערן?
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4903
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3991 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 3:29 pm

אין א פאל די זיידע שרייט "התחדשות". א ברית מאכט מען א ס'מדרש!
איך בין נישט איבערצייגט אז ס'דא איינער וואס ווייסט די סיבה פארוואס תבל ומלואו זענען באשאפען געווארן.
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6278
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6677 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 3:31 pm

כ'האב געמיינט דער זיידע לעבט שוין נישט. א ס'מעדרעש אין ניו דזשערסי איז אויך פיין.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4903
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3991 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 3:01 am

ביי אונדז אינדערהיים פלעגט זיין זייער שכיח מילבין, קליינע ווערים.
עד כדי כך אז און א גוויסע צייט פון יאר פלעגט מען נישט קישן די מענטעלע פון די ספר תורה, אלץ חשש ווערים.
וואס האבן די ערליכע אידן געטאן. זיך ציגעריקט די מויל אזוי אז סזאל אויסזען ווי מקישט.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3331
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 2790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1406 מאל

א שאלה צו קאווע טרינקער שי'

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 3:46 pm

די אלף בית גימל דלת אין דיין תגובה איבער מצציצה בפה איז "מאלטיפל טשויס"? ווייל אויב נישט האב איך א קשיא. :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6778
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 7301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3354 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 3:56 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:די אלף בית גימל דלת אין דיין תגובה איבער מצציצה בפה איז "מאלטיפל טשויס"? ווייל אויב נישט האב איך א קשיא. :roll:

פרעג אין אישי די אנדערע מגיבים וויאזוי זיי האבן דאס פארשטאנען.
בד"וו, די 3 צ'צ'צ' אין דער ווארט מציציה אין דיין תגובה, איז איינס איבריג? ווייל אויב נישט האב איך א קשיא
איך בין נישט איבערצייגט אז ס'דא איינער וואס ווייסט די סיבה פארוואס תבל ומלואו זענען באשאפען געווארן.
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6278
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6677 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 5:23 pm

די צצצ איז מאלטיפל טשויס.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6837 מאל

הודעהדורך צדיקל » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 5:53 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:די אלף בית גימל דלת אין דיין תגובה איבער מצציצה בפה איז "מאלטיפל טשויס"? ווייל אויב נישט האב איך א קשיא. :roll:

פרעג אין אישי די אנדערע מגיבים וויאזוי זיי האבן דאס פארשטאנען.
בד"וו, די 3 צ'צ'צ' אין דער ווארט מציציה אין דיין תגובה, איז איינס איבריג? ווייל אויב נישט האב איך א קשיא



אזוי בד"וו די צווייטע י' אין דער ווארט מציצה איז איבריג, כ'קען עס בארגן?
צדיקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:06 pm

גיבט אבאכט צצצ xxx קען אויסזען ענליך פאר א בליטש'יגע אויג. ספעציעל ווען סשטייט איין ביים יסוד
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3331
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 2790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1406 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 8:57 pm

לולאכטי.
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 4749 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Bing [Bot] און 0 געסט