די אסתי אקערמאן סומאטאכע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
משה בער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:02 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

די אסתי אקערמאן סומאטאכע

שליחה דורך משה בער »

ליידער ליידער זענען די יאנג איזריעל חברה אזוי פארזונקען אין מ״ט שערי טומאה, זיי פאקן אהן די אומשולדיגע נשמות נעבעך פון די קינדער זייערע מיט גויאישע ספארט, מעשה יונים, און דערנאך האבן זיי נאך די חוצפה זיך אויפצוטוהן אז די פינטעלע ייד האט זיך אומוועלענדיג צופלאקערט אויף א מינוט ביים קינד און זי וויל נישט שפילן שבת מיט עשיו׳ס אייניקלעך. פוי! פוי! פוי!

ווי לאנג נאך וועלן מיר לאזן די בני בניו של מענדלסאן אונז פארשמירן בעיני העמים?!

מיר מוזן אויסשרייען מיטן גאנצן כוח:
אונזער פאלק איז נישט זייער פאלק!
אונזער תורה איז נישט להבדיל זייער %{€¥+!|?
אונזער גלויבן איז נישט זייער גלויבן!!

אפשר אזוי וועלן די גוים פארשטיין אז מיר האבן נישט קיין שום שייכת מיט די אזוי גערופענע ארטאדאקסן! זאל די וועלט שוין וויסן אז מיסטער שווארץ דער דענטיסט מיטן קליינעם קאפל רעפעאזינטירט נישט כלל ישראל. עכטע יידן מאנספערזאנען טראגן נישט קיין קידושין רינגלעך, און שפילן נישט קיין ספארט, און לאזן זיכער נישט די קינדער שפילן פינג פאנג רח״ל.

http://www.nypost.com/p/news/local/devo ... paMGIT3z9K

דער אשכול פארמאגט 53 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר