דורך בונעס איירעס » דינסטאג יאנואר 01, 2013 2:37 am
מיין מלמד אין כתה ה' גראדע א גאר פיינער מלמד געווען א סאלידער רואיגער מענטש, וואלט אים געשטעלט מער צו די עצלונ'דיגער זייט, כסדר געהאלטען א קאווע אינדערהאנט און געזיפט שטילערע זיפלעך, גראדע אויך געווען א רויטליכער האט אבער נישט געשאדט, ער האט געהאט א דינעם פאן שטעקעלע נישט אויף צו שלאגען נאר פשוט פאר דעם גרודער וואס דער פאן שטעקעלע מאכט שניידענדיג די לופט אויף איר וועג אראפ, בקיצור א פיינער רבי געווען אלץ געהאט אין צינישען שמייכעל אויפן געזוכט און געגעליכען די קלוגע כיטערע קינדערליך וואס גלייכען זיך צו פארמעסטן מיטן רבין…
מיין קלאס איז געווען אויסגעשטעלט אזוי: א חית מיט עלטערע טישן און פארשינדארטיגע בענק צוגעריקט צו זיי, און אזוי די קינדערלעך אויסגעזעצט ארינגס און ארום… און פון פארענט איז געווען דעם רעבינס טיש מיט זיינע קלאפער געצייג די יונגע צוויבלעך, רייז מילך, זאלציגע ניסלעך, און ליידיגע קיבלעך (קאנטעינערס) פון מהדרין יאגורט וואס דערין איז געליגן די צוגענעמנע שפילצייגן און סילי פאטיס וואס ער פלעגט צו פארכאפן איבערן טאג פון אירע הערשער, און נאך עפעס געוויסע סודותלעך וואס מיר האבן קיינמאל נישט געהעריג געקענט דערגיין.
און דארט פארענט פון זיין טיש איז געווען נאך איין טישל… פאר די חברה פעיפערס פוילע יונגען וואס האבן קיינמאל נישט געוואוסט וואוזוי ארויסצוקריכען פון דעם "וואו האלט מען" פראבלעם…דער רבי פלעגט צו זעין אז היצט איז א שעת הכושר דער יונגעל חלומט אוועק פלעגט ער גיבן א שפרינג צו מיט אזא.. וואו האלט מען??? איו דער האט זיך וואו אויפגעטרייסעלט פון זיינע זיסע חלומות און אוודאי נישט געואוסט אויף וועלכע וועלט ער געפינט זיך, און אריינגעקוקט מיט קעלבערנע בליקען צום רבין אוואו איינער פאדערט רחמנות.
אלזא געשלאגען האט ער נישט, אבער ער האט דאך א פראבלעם געהאט מיט אט די קינדער וואס קענען צומאל גוט ארויסנעמען פון די כלים דייקא דעם ראוגין מלמד, ווען עס גרייכט דאנערשטאג און מען הייבט אן דורך גיין נאך א וואך פון הארעוואניע די גמ' פלעגן דאך די דאזיגע-דער פארענט טישל, די גאנצע וואך אפגולמען אויפן דאך זיך ארומוויקלענדיג מיט דעם הענגעדיגען פורהאנג אויף דער וואנט און אזוי געהאנגען האלב און די לופט האלב אויפן טיש, און צוקייען פאפירלעך, מאנכע פון די גאר גוטע קעפ פון אט די פלעגן אויסרעכענען בערך וויפיל צוגעל באשטייט די כתה אונזערע, און דערנאך ביים שפילן גיין פלעגט ער נאך מיט א שמחה דאס מיר קומען פארציילען (גיי ווייס)
אמילא ווען ס'איז געקומען זייערס א טשאנס און מען האט זיי א פרעג געגעבן עפעס פון די גמ' האט עס אוואו אן אומגעלונגענעם אחרון פסח קניידל געלאנדעט אויף זיין קאפ, אבער דאן פלעגן גלייך אפירקומען די גוט הארציגע צו רעסקיא און "אונטער זאגן" האט דאס געהייסן, אבער דער באטרעפענדער פונעם הארטען קניידל האט נישט אלץ געכאפט וואס דער אונטער זאגער זאגט, אים האט זיך צוגעדאכט עפעס אן אנדער ענדליכער ווארט וואס מען האט געלערנט גענוי א יאר דערפריער, האט ער דאס ווארט א ווארף געגעבן דעם מלמד און פרצוף זיינער און אלו מציאות מיט עפעס א ווארט וואס ער דענקט פון פאריאר פון שנים אוחזין בטלית..
נא שטעלט אייך אוודאי פאר דער מלמד האט דאך געוויסט וואס קומט, ער קען דאך זיין תכשטיל נישט פון היינט… נאכען דערמאנען לשבח דעם נאמען א זעכציג זיבעציג מאל טייטעל, קלאץ נישט, קוק נישט, גיי נישט, בית הכסא באלד, טיילענאל פונעם מנהל ביי פאזע, און אזוי ווייטער. שטעלט איר זאך אוודאי פאר אז ער האט ענדליך דעם געמאכטן רואיגקייט געבראכען איינמאל פאר אלעמאל, און ארויס געשלעפט דעם בייסיגען קאנטשיג פונעם באהעלטעניש זיינער, וואס איז געווען פארצייכענט מיט דעם "עמלק" דערויף. און דעם נעבעכדיגען קינד אונטער געליינט אויף הונטערוויילעכטס און אנגעהויבען ציילן מיטן גאנצען עולם באנאזאם וואס?? ניין!!!
הערט גאר א בעסערער עצה האט דער רואיגער מלמד געהאט דער איז געווען אזא מין קאמאטישער פוילער מענטש אז שלעק איז געווען צו א גרויסען איבערשטרענגונג פאר אים.
בימים ההם געווען איינער מיטן נאמען זונדל בערמן געהאט האט ער א דרוקעריי פון ספרים ער פלעגט מוציא לאור זיין די דינע גמ' (אויב דענקט איר זיי) אויף די פרקים וואס מען לערענט אין די חדרים, פלעגט צו זיין אן אלו מציאות'על, א הישן תחת המטה, א ביצה שנולדה ביו"ט, עס האט געהאט אזא דינטשיגען פאפירענעם דעקל, אמאל א בלויער פארב אמאל א רויטער פארב, דער רבי מיינער האט אויך געניצט אט דעם אלו מציאות גמ' און ער פלעגט דאס אזוי איינצובייגען און צווייען און אזוי זיך געדרייט צווישן עולם.
ביי אט אונזער פאל פלעגט ער דעם קאווע שאל א ווילדן שטעל אוועק געבן סיי וואו, און אפילו געמאכט זיכער אז דאס גיסט זיך נאך אויס אויך, און צו דעם נעבעך אומבאהאלפנעם קינד צולויפן פונעם אנדערן עק קלאס מיט אזא מין אימפעט, אזא געמאכטן מזרח ווינט אז מעהאמיר געמיינט אז דער בנין גייט איין, צוגעלאפען צו דעם קינד און מיט דעם אילו מציאות'ל גמ' אזא מין שרעקליך ביליגען קלאפ געגבן אויפן קאפ פונעם יעניגען, מיט אזא שפאטישען מאך מיט די הענט געטון און א קרומען גרימאס געגעבן מיט די ליפן און פון אונטער די רויטע וואנדזשעס אויסגערופן אזא לאנגען יואוי!! אוואו איינער זאגט די פערד גיי שוין גיי… פון דיר וועט א מיסט קאסטן טרעקל מנהיג אויסוואקסן.. אט דאס האט דעם קינד געשטעלט און פלאץ נאך פיל מער וואו געזונטע קלעפ, דאס ביטול וואס דער רבי אונזערע האט אים צוגעטיילט! דאס קומענדיגע וואך האט ער שוין געמאכט זיכער צו קענען דעם אלו מציאות'על פון זונדלען.