גשמיות און רוחניות בתורת הבעש"ט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

גשמיות און רוחניות בתורת הבעש"ט

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

פאראן ביי אונז צוויי באקאנטע מושגים, וואס זענען אויבנאויף גרינג צו פארשטיין, אבער למעשה טראגן זיי א פיל טיפערן באדייט ווי דעם פשוט'ן טייטש. די צוויי ווערטער זענען, "גשמיות" און "רוחניות". גשמיות מיינט, ערדישע, פארגרעבטע, מאטעריאליסטישע זאכן; רוחניות, פון דער אנדערער זייט, רעדט פון גייסטיגס, "העכערס", דערהויבנס.

אויבנאויף זעט אויס אז די צוויי ווערטער זענען זייער פשוט און קלאר צו פארשטיין, און ס'איז נישטא וואס מוסיף צו זיין. למעשה אבער קען מען אפילו וועגן דעם פשוט'ן טייטש פון די ווערטער א סך זאגן. לאמיר אנהייבן טאקע מיט דעם פשוט'ן טייטש פון די ווערטער. וואס זענען זיי טייטש, גשמיות און רוחניות? אין פריערדיגן פאראגראף האב איך געגעבן א פשוט'ן טייטש פאר די ווערטער. אבער אפילו דער טייטש איז זייער לופטיג און כללית'דיג. אויב כ'וואלט זיך געשטעלט מאלן א בילד פון "ערדיש-פארגרעבט-מאטעריאליסטיש", וויאזוי וואלט עס אויסגעזען? פון רוחניות איז דאך אפגערעדט. רוחניות קען מען דאך נישט אנטאפן מיט די הענט, שוין אפגערעדט פון מגדיר זיין.

דער ענטפער איז אז גשמיות און רוחניות האבן טאקע נישט קיין פשוט'ן טייטש. עס ווענדט זיך שטארק פון וועלכן קוק-ווינקל, פון וועלכן פערספעקטיוו, מען קוקט. לאמיר דאס אילוסטרירן מיט א פשוט'ן ביישפיל: לופט - דאס מאטעריאל מיט וואס די גאנצע וועלט איז אנגעפילט און וואס האלט אונז אלע ביים לעבן. איז לופט רוחני אדער גשמי? איז אזוי: לופט איז זיכער מער דקות'דיג ווי ערד און שטיינער. זי איז אבער מאטעריאליסטיש, "געדעכט", אנטאפעוודיג, לגבי פוסט חלל, פשוט ליידיג פלאץ, וואס האט אין זיך אפילו קיין לופט אויך נישט. דער חלל אין די הויכע רוימען, אין ספעיס, האט קיין לופט אויך נישט. א מענטש קען דארט נישט אטעמען. אפילו רעדן צווישן זיך קען מען נישט. קול טראגט זיך דורך לופט. אז ס'איז נישטא קיין לופט, קען מען גארנישט הערן. אן אסטראנאט אין ספעיס קען זיך אויסגארגלען אויף די העכסטע טענער; אן טעכנאלאגישער הילף וועט אים קיינער אבער נישט הערן. אפילו ער זעלבסט וועט נישט זוכה זיין צו הערן די אייגענע שטימע.

קעגן ערד, איז לופט רוחניות'דיג. ערד איז אבער אויך נישט דווקא גשמי. ערד איז זיכער איידעלער ווי מאראסט אדער צעמענט. ערד איז נאטירליך. מען ניצט איר אלס שם הכולל פאר "נאטור": מוטער-ערד. ערד, ובכן, איז פארגרעבט לגבי לופט. לגבי זאכן וואס זענען נאך מער מגושם, איז ערד ריין, אפשר אפילו דערהויבן.

דאס זעלבע, חלל, ליידיג פלאץ, איז אויך נישט דווקא רוחני. קעגן לופט איז חלל דין און איידל. אבער חלל איז אויך נישט טרוקן פון גשמיות. די היינטצייטיגע וויסנשאפט ווייסט אז אפילו ליידיג פלאץ ווירבלט מיט אקטיוויטעטן אויף א מיקראסקאפישן שטאפל. עס וויברירן דארט אטאמס און סובאטאמישע זאכן אויף א ריזיגן פארנעם!

אפילו מלאכים, שרפים, הימל, "יענע וועלט", עולמות עליונים - די אלע ווערטער און באגריפן וואס מיר האבן, מחמת קוצר השגה, אריינגעשטעלט אין א שם הכולל "רוחניות", זענען אויך נאר רוחני פון אונזער ערדיש-מענטשליכן פערספעקטיוו. מען קען באקוועם זאגן אז פון אן עולם אצילות פערספעקטיוו איז עולם הבריאה גראב, געמיין, פארגרעבט, אז - פע...

לסיכום, "גשמיות-רוחניות" זענען תלוי אין דער מדריגת השגה פונעם רעדער און צוהערער.

דאס איז א כמו-הקדמה פאר מען הייבט אן רעדן פון גשמיות און רוחניות בכלל. ווען מיר געפינען אין חסיד'ישע ספרים אזעלכע זאכן ווי "הפשטת הגשמיות" און אנדערע מושגים פון דער משפחה, דארף מען פארשטיין אז דאס אלעס איז געזאגט געווארן פאר יעדן מענטש, אויף יעדער מדריגה, אין יעדן מצב. איבעראל איז פאראן גשמיות און רוחניות, און אייביג קען דאס רוחניות "ארויסגעקראצט", אויסגעטאן ווערן, ווערן פונעם גשמיות. אייביג און איבעראל וועלן אין יעדער זאך זיין ביידע קעגנגעזעצטע זאכן: גשמיות און רוחניות. ביידע קענען באטראכט ווערן ווי אבסטראקטע באגריפן - מושגים מופשטים - וואס קענען חל זיין אויף יעדער זאך, אויף יעדן מצב. עס וועט זיך אייביג ווענדן אין דער השגה פונעם יחיד.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר