חזן פיער פינטשיק

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

חזן פיער פינטשיק

שליחה דורך Starbucks »

געבוירן איז ער פנחס סג"ל אין פאדאליע. געלערנט האט ער אין סקווער און דארט האט ער זיך באקענט מיט חזנים וואס פלעגן איינשטיין ביים סקווערער רבין. פון דארט איז ער געפארן שטודירן קיין קיעוו וואו ער האט גענומען דעם נאמען פינטשיק. אין 1927 איז ער געקומען קיין אמעריקע אויף א באזוך און ער איז שוין פארבליבן. אין אמעריקע איז ער שנעל געווארן אויפגעכאפט אלץ איינס פון די ריזן חזנים פון די גאלדענע עפאכע פון חזנות.

זיין רזא דשבת און זיין ספירת העומר זענען דאס מערסטע אויפגעכאפט פון זיינע שטיקלעך. לעצטנס האט א פאפולערן חסידישן זינגער ירמי' דאמען נאך מער פובליצירט פינטשיק'ס רזא דשבת ביי די חסידישע קרייזן ווען ער האט דאס געזונגען אויף א דיסק, מיטן פולן חסידישן אימפעט. פינטשיק'ן וואלט דאס מן הסתם געפאלן, ער איז דאך אויפגעוואקסן אין חסידישן געזעלשאפט.

הערט דעם רזא דשבת
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=L4GJKqMsp04[/youtube]

ריבונו של עולם - ספירת העומר
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=9NHChlgHRaA[/youtube]

פערצופאל הער איך זיך איצטער צו זיין הערליכע דאווענען
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=61zUgrtCCbI[/youtube]

צום ווידערזעהן

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר